ארדשיר
ארדשיר איז געווען דער גרינדער פון דעם נייעם פערסישן קעניגרייך פון דער סאסאנישער אימפעריע. ער איז געבוירן אין די דרום טייל פון די פרסישע מלוכה, ווען ער האט אונגעהויבן אינטערוואקסען, האט ער אונגעהויבן אויפבויען פארשידענע פאליטישע דעות , צום סוף האט ער ווידער געשפעניגט און באזיגט ארטבן דער פערדער און האט זיך דערקלערט אלס געוועלטיגער אין זיין געגענד, א שטיק צייט דערנאך (אין יאר 226 למספרם) האט ער זיך ארויפגעצווינגען אויפן גאנצען פרסישען טעריטאריע און זיך דערקלערט אלס געוועלטיגער איבער דעם נייעם פערסישן מלכות.
געבורט |
180 Q3746183 |
---|---|
טויט | 242 (אלט 62 בערך) |
פאך | פאליטיקער |
כדאי צו קענען איבערנעמען די מלוכה האט ארדשיר מלחמה געהאלטען קעגען צוויי פון זיינע ברודער און זייער מיליטער וועלעכע האבן זיך צוזאמען געשלאגן קעגן ארדשיר, נאך די טויט פון זיינע ברידער איז ער געבליבן דער איינציגער געוועלטיגער און האט געשטארק זיין הערשאפט מיט די הילף פון די רייכע לויטע וועלעכע האבן זיך נישט געקענט קעגן שטעלן און זענען געבליבען אינטערדריקט אונטער אים.
ארדשיר איז געקרוינט געווארען אלס "מלך מלכי אירן" אין יאר 226 למספרם, און אין דעם יאר האט ער אויפגעשטעלט די נייע פערסישע מלוכה.
פאר אים: ארטאבאן דער פערדער |
נאך אים: שבור דער ערשטער |