אפרים מאוסיאטין
ר' אפרים פון הוסיאטין איז געווען א גרויסער עושר אין אוקראינע, ער איז געקומען פון דעם שטעטל הוסיאטין, ער איז געווען דער שווער פון ר' נחמן פון בראסלב
עס האט באלאנגט פאר איהם אסאך דערפער און שטעט אין דער קיעווער גובערניע, ער איז געווען באקאנט אלס גרויסער בעל צדקה, און נאנט צו די תלמידים פון בעל שם טוב און זיינע נאכפאלגער (שיח שרפי קודש ח"ד ברסלב).
אסאך צדיקים רבי'ס פלעגט איינשטיין ביי איהם אין הויז, אויך זיין פרוי איז געווען א מיוחסת'דיגע פרוי, זי איז געווען באקאנט מיט איהר מצוה פון הכנסת אורחים.
זיין משפחה
רעדאַקטירןזיין ערשטע פרוי איז אוועק אין יאהר תק"ן (ימי מוהרנ"ת). עס איז דא צווישן ברסלעבער חסידים וואס זאגן אז זי האט געהייסן מרים, און נאך איהר הייסט די דריטע טאכטער פון ר' נחמן מרים (פעולות הצדיק אות קכ"ב).
ער האט געהאט פון זיין ערשטע פרוי א טאכטער סאסיא די ווייב פון דעם צדיק ר' נחמן מברסלב. ער האט איהם גענומען פאר אן איידעם ווייל ער האט זיך זייער געוואלט משדך זיין מיט א אייניקעל פון בעל שם טוב, ביי די חתונה האט געגעבן דריי הונדערט גאלדענע רענדעליך פאר נדן (שבחי הר"ן ח"א).
זיי האבן אויך געהאט א זוהן וואס געהייסן ר' צבי פון טשעהרין, א גרויסער עושר, א חסיד פון זיין שוואגער ר' נחמן. ער פלעגט געבן אסאך פאר יעדער זאך וואס האט געהאט צוטועהן מיט חסידות ברסלב.
ווען זי איז אוועק האט זיך ר' אפרים משדך געווען מיט א פרוי פון מאהלוב ר' נחמן זייער איידעם איז געווען דער שדכן.