אפטישע אותיות דערקענונג
(אַריבערגעפֿירט פון אפטישע אותיות דערקענען)
אָפּטישע אותיות־דערקענונג (ענגליש: optical character recognition ;ראשי תיבות: אא"ד) איז אַ מעכאַנישער פראָצעס דורך וועלכן אַ קאָמפיוטער פֿאַרוואַנדלט אַ בילד פֿון טעקסט צו טעקסט וואָס אַ קאָמפיוטער קען פֿאַרשטאַנען.
מע ניצט אא"ד כּדי זוכן גרינג דורך דרוקזאַכן למשל. פֿאָרעמען און אַנדערע דאָקומענטן זענען אָפֿט געליינט דורך קאָמפיוטערס ניצנדיק אא"ד.
אא"ד איז וויכטיק פֿאַר מאָדערנע ייִדיש אויפֿן וועב, ווײַל הײַנט זענען פֿאַראַן אַ סך ייִדישע אַלטע ביכער. דער ייִדישער ביכער־צענטער סקאַנדירט אַ סך פֿון זיי, און מען באַניצט אא"ד כּדי דיגיטאַליזירן זיי.