אננא קארענינא
אנא קארענינע
анна каренина | |
---- | |
שרייבער | לעוו ניקאלאיעוויטש טאלסטוי |
קוואלשפראך | רוסיש |
זשאנער | ראמאן |
פובליקאציע יאר | 1877 |
אנא קארענינע (אויף רוסיש : Анна Каренина ) איז א ראמאן פון לעוו טאלסטוי וואס איז ערשטנס פובליצירט געווארן אלס א סיריאַליזירטע געשיכטע אין א חודשליכער זשורנאל, און אין 1877 איז ארויס אין גאנצן אלס א בוך. דאס בוך איז אנגעזעט ווי איינע פון די בעסטער ראָמאַנען וואס זענען אלץ געשריבן. אין אַן אַרטיקל פֿאַרעפֿנטלעכט אין דעם פּרעסטיזשפולן זשורנאַל "טיים", אין יאנואר 2007, איז דאָס בוך גערעכנט געוואָרן צום ערשטן פֿון די צען ערטער אין דער רשימה פֿון די גרעסטע ביכער פֿון אַלע צײַטן. לויט דער וועבזייטל IMDb, זענען נישט ווייניקער ווי 24 פילמען וועגן די געשעענישן אין דעם בוך.
דער סוזשעט - סיפור המעשה
רעדאַקטירןדער בוך באשרייבט צוויי אנטקעגנדיקע ליבע מעשות . אײנע — פון אנא קארענינע און איר קאכאנעק גראף ווראנסקי, די צװײטע איז פון קאנסטאנטין לעװין און זײן פרוי קייטי .
אין דער אָנהייב פונעם בוך, אנא איז אַ באקאנטע און באכבודטע פרוי, וואס איז פארהייראט צו א רוסיש ביוראַקראַט, אַלעקסיי אלעקסאנדראָוויטש, אַ מענטש פון די רעגירונג אינסטיטוציעס אין פעטערבורג, און א מאמע פון זייער זון. קאָנסטאַנטין לעווין איז אַ רייכער אייגנטימער, וואָס איז נישט באַקוועם אין דער אַריסטאָקראַטישע רוסישע געזעלשאַפט און ווילט נדערש דאס לעבן אין דערפעלע. ער פּרואווט אוכאזשעווען קייטין שטשערבאצקייא, וואָס ער קען שוין לאַנגע יאָרן, אָבער ער ווערט דחה זיין, ווײַל זי איז פֿאַרליבט אין גראף ווראָנסקי, אַ מיליטער וואָס האָט נישט קיין עכטע כוונות צו איר. בעת ווראנסקי טרעפט אנא, ער אנטוויקלט אן אבסעסיע צו איר און הייבט אן צו אוכאזשעווען איר, בשעת ער לאזט קיטי צו זיפצן. אנא אנטזאגט צו זיינע אוכאזשעוואניע, אָבער צום סוף, ווערט שוואַנגער פֿון ווראָנסקי, און צום סוף מודה זײַן צו איר מאַן אלעקסיי, און ער איז איז צעריסן צווישן זײַנע רעליגיעזע געפֿילן און געפֿילן פֿון כּעס און פֿאַרראַטן.
לעווין, אנטוישט פון קייטיס דחיה, און אומקערט זיך אינעם דארף, או ן פארטיפט זיך אין דעם לעבן פון די פויערים . קיטי איז געווארן קראנק און ליגט אין אַ שפּיטאָל אין אויסלאנד, ווו זי קומט איבער דעם וויי פון ווראָנסקין. נאָך איר צוריקקומען, די צוויי טרעפן זיך ווידער, דורך קיטיס שוויגערין, און דריקן אויס זייער ליבע פֿאַר יעדער אנדערער. גלײכצײטיק אנא האט א טאכטער און כמעט פארשטארבט פונעם געבורט וואס באגליקט איר מאן אלעקסיי, װאס װיל צו האבן גט, און באפרייען איר מיט איר געליבטער, אבער זי קעגנשטעלט זיך, װײסנדיק אז אויב זי װעט אננעמען דעם גט זי וועט פארלוירן איר זון, און אַוועקפארט קיין אויסלאנד מיט ווראָנסקין און אייער טאָכטער.
קיטי און לעווין האבן א חתונה און אָנהייבן לעבן באנאנד, און גלייכצייטיק אנא און ווראָנסקי פּרובירן צו געפֿינען זייער אייגן לעבנסשטייגער. נאָך עטלעכע דערפארונגען אין אייראָפּע, זיי קומען צוריק קיין רוסלאַנד, און אנא באגעגנט זיך מיטנאיר זון.
זי און ווראָנסקי באזעצן זיך איןא דאָרף, אָבער דאָרטן הייבט ווראנסקי אן צו פֿאַרטיפֿן זיך אין פֿאַרשידענע אַרבעטן און אנא פֿילט זיך, אַז ער פֿאַרלאָזט איר, און הייבט אן צו מקנא זיין. די פּאָר קריגן זיך אן עכטע סיבות. ווראנסקי וויל אז אננא זאל האבן גט פון איר מאן, כדי ער און זי זאלן קענען לעבן אלס א מאן און ווייב, אבער דער מאן באדינגט זיין גט פון אנא אז זי וועט אויפגעבן זייער געמיין זון, און אנא איז נישט מסכים צו דעם.
לעווין, קיטי, אננא און ווראנסקי קומען צוריק ביים סוף אין שטאט. אנא און ווראנסקי כדי צו האבן א גט, בשעת לעווין און קיטי כדי זיך צו גרייטן צו דער געבורט פון זייער בכור. כאָטש לעווין האָט נישט ליב דאָס לעבן אין שטאָט, ער זעט אַז ער איז ביכולת זיך צו אינטעגרירן אין דע, און ענדלעך געבורט קיטי אָן פארפלאנטערונגען. פֿון דער אַנדערער זײַט, ווערט די באַציִונג צווישן אַנאַ און ווראנסקי ווײַטער פֿאַרערגערט. זייער ליבע ווערט פארגיפטערט, ווען אנא איז אָנגעפילט מיט צווייפלען. ענדליך, ווען זי זעט, אז זי קען שוין נישט ווייטער באגיין אין איר לעבן, און זי האט אויך נישט קיין וועג עס צו טוישן, און פון א חשק זיך צו נעמען א נקמה אין ווראנסקי, קלײַבט זי זיך צו זעלבסטמארדן און ווארפט זיך אונטער די רעלס פון א באן. .
ביים סוף פון דעם בוך, לעווין און קיטי קומען צוריק צו דעם דערפל, וואו זיי ממשיך זיים זייער לעבן ווי געוויינטלעך. לעווין הייבט אן לייענען פילאסאפיע ביכער, כדי צו געבן א באדייט פון זיין לעבן און האלט אפילו אן צו נעמען זיין אייגענעם לעבן, אבער צום סוף פונעם בוך געפינט ער א נחמה פאר זיינע קאמפן וועגן דעם באדייט פון לעבן פון די פרינציפן פון דער קריסטלעכער רעליגיע און באשליסט צו ממשיך זיין זיין לעבן.