אנטשויזן
אנטשויזן איז א בוך וואס באשרייבט אפגאפארענע בחורים און מיידלעך פון חרדישן לעבנסשטייגער אין ניו יארק.
העלע ווינסטאן האט געדארפט אפשרייבן עפעס א שטודיע פאר אירע אוניוועריסטעט לימודים זי האט אנגעהויבן שרייבן וועגן די אפגעפארענע צוביסלעך האט זיך באמערקט אז זי ווערט א אפגאט ביי די געוועזענ פרומע, ווייל קיינער הערט נישט אויס זייער ווייטאג און פיין פון מוזן וואונען אפגעפרעמדט און מיט זעלבסט-שולדיג געפילן פון איבערלאזן טאטע מאמע און משפחה, צוביסלעך איז דאס געווארן א גאנצער בוך פון א וועלט וואס לעבט שטיל און זי האט דאס אויפגעדעקט מיט אלע אירע קאלירן.
איר בוך באשטייט פון פרקים וואס יעדע באזונדער איז א שמועס מיט אן אנדער אפגעפארענער, טייל זענען גייסטיש נעבעך צעשמעטערט און טייל זענען יא גליקליך זינט זיי האבן אלעס איבערגעלאזט און אנגעהויבן א ניי לעבן.
דאס בוך פארציילט אסאך סודות פון חדר וואס פעלט אויס צו מתקן זיין ביי דער חרדישער חינוך סיסטעם, אז עס נישט דא קיין פרנסות און דער עולם האט צופיל קינדער זיך אפצוגעבן מיט יעדן שוואכערן קינד געהעריג און משכב זכר פראגעס אין ישיבות. און נאך.