אנטי שאפליפטינג איז א רייע מעטאדן וועלכע ווערט גענוצט דורך ריטעיל געשעפטן צו פארמיידן שאפליפטינג. רוב געשעפטן האבן אקטיווע אנטי שאפליפטינג פראגראמען וועלכע פארטרייבן גנבים און ערלויבט זיי צו האלטן די פרייזן נידעריג.


ווידעא קאמעראס רעדאַקטירן

די ערשטע טעכנאלאגיע וואס איז גענוצט געווארן צו באקעמפן שאפליפטינג איז געווען ווידעא קאמעראס וועלכע רעקארדירן די אקטיוויטעטן פון די רייען און דער געשעפט אייגנטומער קען דאס שפעטער איבערקוקן אויב ער פארדעכטיגט איינעם אין שאפליפטינג. די ווידעא קאמעראס ווערן גענוצט אין קאמבינאציע מיט שפיגלעך וועלכע איז געווען די ערשטע געדאנק צו פארגרינגערן די ארבעט. כמעט אלע געשעפטן נוצן ווידעא קאמעראס אלס איינע פון די הויפט סיסטעמען קעגן שאפליפטינג און גרויסע געשעפטן שטעלן מענטשן צו באטראכטן די ווידעא סקרינס לעבעדיג די גאנצע צייט.

ווידעא קאמעראס איז נאך היינט די בעסטע מיטל קעגן שאפליפטינג וויייל דער געשעפט אייגנטומער אדער די וואס באטראכטן די ווידעאס קענען זיך לערנען וואספארא טאקטיקן די גנבים נוצן צו באגיין די גניבות און אזוי אויך אין וועלכע פלעצער אין געשעפט זיי פאסירן און פון דעם ווייסט מען וואו מען דארף שטעלן מער זיכערהייט און מען לערנט זיך צו באקעמפן די נייע טאקיטקן.

די גרויסע דעפארטמענט קייט געשעפטן פארמאגן א ספעציעלע צענטער וואו מענטשן זיצן א גאנצן טאג און אנאליזירן ווידעא סקרינס וועלכע קומען פון אלע זייערע געשעפטן דורך אינטערנעט ליניעס. אזוי שפארן זיי זיך געלט וויבאלד זיי דארפן נישט האבן באזונדערע מענטשן אין יעדע געשעפט. די ארבייטער זענען טרענירט צו דערשפורן גניבות און האבן אסאך ערפארונג צו אנטדעקן א פארדעכטיגטן. ווען זיי זעען עפעס פארדעכטיגט וועלן זיי באלד קלינגן צו דעם געשעפט און אנזאגן דעם מענעדזשער גענוי וועמען מען ברויך נאכזוכן.

ארגינעל האט מען געלייגט די ווידעא קאמעראס זייער אפען אז מענטשן זאלן דאס זען און וויסן אז מען קוקט זיי נאך און אזוי אפשרעקן די גנבים. טייל קליינע געשעפטן האבן ווידעא קאמעראס וועלכע ארבעטן אפילו נישט אבער איז פונקט גענוג צו דערשרעקן גנבים ווייל קיינער גייט נישט אריילייגן עפעס אין טאש פארענט פון א ווידעא קאמערא זינט ער ווייסט נישט צי עס ארבעט אדער נישט.

גנבים זענען אבער קלוג און געלערנט און ווייסן וויאזוי אויסצומיידן ווידעא קאמעראס. דערפאר זענען פאראן געשעפטן וועלכע האבן אויך באהאלטענע ווידעא קאמעראס וועלכע קומען אין אלע סארט פארעמען און קענען נישט געזען ווערן. היינטיגע צייטן זענען פאראן פיצעלע קאמעראס וועלכע קען געשטעלט ווערן וואו אימער און שיקן די דאטא ווייערלעס צום הויפט סיסטעם.


באהאפטענע פראדוקטן רעדאַקטירן

באהאלטן טייערע פראדוקטן אין ספעציעלע שאפעס איז שטענדיג געווען א מיטל קעגן גניבות אבער קאסטומערס האבן דאס נישט געגליכן ווייל יעדעס מאל מען ברויך עפעס פון דארט דארף מען קופן אן איינגעשטעלטער. נאך היינט זענען פאראן געשעפטן וואס שפארן איין טייערע פראדוקטן אין די שאפעס אבער דאס איז נישט די מאדערנע וועג פון טאן ביזנעס. אין אמעריקע ברויך מען ווייזן דעם קאסטומער פרייהייט און צוטריט צו אלעם. מענטשן ווילן אלעס באטראכטן און אנכאפן אדער אויספרובירן און אריינשפארן אין א שאנק איז זייער א שלעכטע געדאנק.

א סיסטעם צו לעזן דעם פראבלעם איז ערשינען אין די 80'גער יארן וועלכע איז אן אלארם סיסטעם צו וועלכע אלע פראדוקטן אויף פארשטעלונג זענען באהאפטן מיט א ווייער און אויב די ווייער ווערט איבערגעריסן וועט דער אלארם אנהייבן קלינגן. טייל געשעפטן וועלכע פארקויפן טייערע פראדוקטן באהאלטן גענצליך זייער סטאק און שטעלן נאר ארויס סעמפלס פון אלע פראדוקטן און ווען איינער וויל באשטעלן עפעס דארף מען דאס צאלן פאראויס און דערנאך ברענגט מען ארויס דעם פראדוקט. די גרויסע געשעפטן וועלכע נוצן אזא סיסטעם פארמאגן ספעציעלע עלעוועיטארס וועלכע טראגן די סחורה צו אלע שטאקן און נוצן קאמפיוטערס צו האלטן חשבון און קאמיוניקירן צווישן די סעילס לייט און די וועירהויז ארבייטער.


טעג און אלארם סיסטעם רעדאַקטירן

די טעג און אלארם סיסטעם איז ארגינעל ערשינען אין די 70'גער יארן און איז באשטאנען פון א ספעציעלע טעג וועלכע מען האט ארויפגעשעלט אויף פראדוקטן און האט געקלינגן אויב מען האט דאס אריבערגעפירט די ספעציעלע אייזערנעס וועלכע זענען אינסטאלירט נעבן אלע טירן. די טעגס זענען איבערגענוצט געווארן און יעדעס מאל איינער האט עפעס געקויפט האט מען געמוזט אראפנעמען די טעג (וועלכע האט נאר געקענט געטאן ווערן מיט א ספעציעלע געצייג) און די געשעפטן האבן זיי איבערגענוצט נאכאמאל און נאכאמאל.

דער פראבלעם מיט די טעג סיסטעם איז געווען אז דאס איז נאר גוט געווען פאר קליידער און שיך געשעפטן וועלכע האבן דאס געקענט ארויפשטעכן אויף דעם פראדוקט. א גראסערי געשעפט האט גארנישט געהאט דערפון און אויך נישט די עלעקטראניק געשעפטן וועלכע באקומען דאס מערסטע גניבות.

אין די מיטעלע 90'גער יארן איז ארויסגעקומען די סטיקער טעגס וועלכע קענען ארויפגעקלעפט ווערן אויף סיי וועלכע פראדוקט און האט די מעלה אז מען ברויך דאס נישט אראפנעמען ווייל דאס קען דע-אקטיוויזירט ווערן דורך צושטעלן צו א ספעציעלע באורד וועלכע ליגט ביי די קעשיר. די סטיקער טעגס פאדערט זיך צו באהאלטן וויבאלד עס קען גרינג אראפגענומען ווערן מיט די הענט אין קאנטראסט צו די ארגינעלע טעגס וועלכע מען קען נישט אראפנעמען אליינס נאר מיט א ספציעלע געצייג.

געשעפטן זענען געווען פארנומען אויסטרעפן באהאלטענע פלעצער וואו מען קען ארויפקלעבן די סטיקערס גנבים זאלן דאס נישט באמערקן. אבער מיט דעם האט זיך אנגעהויבן א קאץ און מויז שפיל ווען שאפליפטערס האבן זיך גענומען צו די ארבעט פון אראפנעמען די סטיקערס און באזייטיגן די פראדוקטן פון געשעפט טיילמאל לאזנדיג די סטיקער טעגס אויף די פאליצעס.

די גרויסע געשעפטן האבן זיך אן עצה געגעבן מיט דעם פראבלעם אין די לעצטע יארן ווען זיי האבן אנגעהויבן שיקן די סטיקערס צו די מענופעקטשערינג אדער פעקעדזשינג פירמע וועלכע האבן דאס ארויפגעקלעפט אויף באהאלטענע פלעצער אינעווייניג אינעם פעקעדזשינג. דאס צעמישט א שאפליפטער און וועט געווענליך איבערלאזן דעם פראדוקט אויס מורא אז עס פארמאגט א טעג. געוויסע געשעפטן לייגן אפילו צוויי טעגס אויסצושפילן גנבים וועלכע וועלן ארויסשפאצירן פון געשעפט נאכדעם וואס זיי וועלן אראפנעמען די אפענע טעג נישט וויסנדיג אז עס איז פאראן א צווייטע טעג באהאלטן.

אבער אויך מיט דעם געבן זיך גנבים אן עצה ווען זיי באזייטיגן דעם פראדוקט זעלבסט און לאזן איבער די פעקעדזשינג אויפ'ן פלאץ. דאס האט געצווינגן די געשעפטן צו לייגן טעגס אויך אויף די פראדוקטן אבער נישט אויף אלעס קען מען לייגן און אויך מיט דעם קענען זיך גנבים אן עצה געבן.

אן אנדערע סארט טעג איז פאראן וועלכע פארמאגט טינט אין זיך און וועט אויפפלאצן אויב מען פרובירט עס אראפנעמען פון דעם פראדוקט אדער פעקעדזשינג. די טינט איז זייער שטארק און קומט נישט אראפ פון די הענט און קען אפילו שעדיגן די הענט. די סארט טעגס איז אויך א מיטל צו באשטראפן די גנבים אויב עס געלונגט זיי יא צו באזייטיגן א פראדוקט מיט די טעג. אויב זיי וועלן פרובירן אראפנעמען די טעג וועט עס שעדיגן דעם פראדוקט וואס זיי האבן געקויפט און נעקסטע מאל וועלן זיי צוויי מאל טראכטן אויב עס איז ווערט דעם שפיל.

די טעגס קומען אין פארשידענע פארמאטן און נייע סארטן קומען ארויס יעדע שטיק צייט צו צעמישן גנבים אדער צו מאכן גרינגער און ביליגער די ארבעט פון קלעבן די טעג סטיקערס. דער געדאנק איז צו קענען גוט באהאלטן די טעג און אזוי ארום אויסשפילן די גנבים און זיי באשטראפן פאר'ן גנבנ'ן. א פירמע וועלכע ספעציאליזירט זיך אין טעגס האט געזאגט אז זי האלט אינמיטן אנטוויקלן א פעדער וועלכע וועט אנטהאלטן א געוויסע באשטאנטייל אין די טינט וועלכע וועט קענען אקטיוויזירט ווערן און ארבעטן מיט א טעג סיסטעם. אויב דאס וועט אמאל ארויסקומען וועט עס זיכער רעדוצירן שאפליפטינג און העלפן ארעסטירן גנבים ווייל מיט א פעדער וועלן די געשעפטן קענען מאכן איין צייכן סיי וואו און עס וועט אויטאמאטיש אקטיוויזירט ווערן.

אבער מיינט נישט אז דאס וועט זיין די ענדע. גנבים ווערן קלוגער און וואקסן מיט מיט די טעכנאלאגיעס. זיי וועלן זיך אן עצה געבן אויך מיט אביסל טינט און וועלן עווענטועל אויפקומען מיט א דעווייס וועלכע וועט דע-אקטיוויזירן יעדע סארט טעג און זיי וועלן קענען ארויסשפאצירן רואיגערהייט. די זיכערהייט פירמעס וועלן אויפקומען מיט נייע טעכנאלאגיעס און אזוי וועט דער קאץ און מויז שפיל ווייטער אנגיין.


זע אויך רעדאַקטירן

שאפליפטינג