אמורזעט
אַמורזעט (רוסיש: Амурзет) איז אַ דאָרף אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט פון רוסלאַנד, מיט א באפעלקערונג פון 5010 נפשות.
געשיכטע
רעדאַקטירןאַמורזעט געפינט זיך אויפן ברעג פונעם טײַך אַמור, 180 קילאָמעטער צום דרום-מערב פון דער שטאָט ביראָבידזשאַן. עס איז פאַרבונדן מיט אַ שאָסיי מיטן דאָרף ביראָפעלד פונעם ביראָבידזשאַנער ראַיאָן. דאָס דאָרף אַמורזעט איז געגרינדעט געוואָרן אין 1928 דורך ייִדישע איבערוואַנדערער מיט דער הילף פון דער אָרגאַניזאַציע "געזערד" און אָנגערופן געוואָרן "אַמורזעט", ווײַל דאָס וואָרט שטעלט מיט זיך פאָר רוסישע ראשי-תיבות פון די ווערטער "אַמורער ייִדישע ערד-געזעלשאַפט. אין 1930 איז אינעם דאָרף געשאַפן געוואָרן דער קאָלווירט "רויטער אָקטיאַבער". אין 1933 איז אין אַמורזעט דורך אַ נײַער גרופּע יידישע איבערוואַנדערער געשאַפן געוואָרן דער קאָלווירט "לענינפעלד". אין 1934 איז דאָס דאָרף געוואָרן דער אַדמיניסטראַטיווער צענטער פונעם סטאַלינישן (איצט - אָקטיאַבערישן) ראַיאָן פון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט.
די באַפעלקערונג פון אַמורזעט באַטרעפט (לויט די אָנגאַבן פון 2010) 5010 נפשות און זי האָט אַ טענדענץ זיך צו פאַרקלענערן.
זעט אויך
רעדאַקטירןוועבלינקען
רעדאַקטירן- די געשיכטע פונעם דאָרף אַמורזעט אויפן וועבזײַטל פונעם דאָרף (ארכיווירט 21.01.2010 ביי דער Wayback Machine) (אויף רוסיש)