משה וואלפסאן

אמעריקאנער משפיע
(אַריבערגעפֿירט פון אמונת ישראל)

הרב משה וואלפסאן (געב' שבט תרפ"ה - ט"ז סיוון, ה'תשפ"ד) איז געווען א חסידישער משפיע און דער פירער פון בית המדרש אמונת ישראל. ער האט אסאך אנהענגער וואס ווערן גערופן לויטן נאמען פון זיין בית מדרש.

משה וואלפסאן
געבורט 18 יאנואר 1925
שבט תרפ"ה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 23 יוני 2024 (אלט 99) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט תורה ודעת רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ער איז א געוועזענער תלמיד און אויך משגיח אין ישיבה תורה ודעת, וואו ער האט געלערנט ביי ר' שרגא פייוול מענדלאוויטש, רבי גדליה שאר און הרב יעקב קאמינעצקי.

ער איז געווארן מקורב צו חסידות דורך רבי גדליה שאר. ער פלעגט גיין, צווישן אנדערע, קיין ליובאוויטש און קיין סקווירא.

רבי מאטל זילבער איז זיין איידעם.