אלעקסאנדר לוקאשענקא
אלעקסאנדר גריגאריעוויטש לוקאשענקא (רוסיש: Александр Григорьевич Лукашенко) אדער אליאקסאנד(א)ר ריהאראוויטש לוקאשענקא (בעלאַרוסיש: Аляксанд(а)р Рыгоравіч; געבוירן דעם 30סטן אויגוסט 1954) איז א בעלארוסישער פאליטיקער, און דער ערשטער און איינציגסטער פרעזידענט פון בעלארוס זינט די גרינדונג פונעם אמט אום 20סטן יולי 1994 מאכנדיג אים דער לענגסט-דינענדער פירער אין אייראפע.[1] בעפאר זיין פאליטישער קאריערע האט לוקאשענקא געארבעט אלס א שטאטישע פארם דירעקטאר (סאבכאז) און געדינט פאר די סאוויעטישע גרעניץ איינהייט אלס גרעניץ פאטראל וועכטער און אין דער סאוועטישער ארמיי.[2][3]
לוקאשענקא אין 2022 | |||||
געבורט |
30 אויגוסט 1954 קאפוסט, בעלארוסיש ססר, סאוועטן פארבאנד | ||||
---|---|---|---|---|---|
מדינה | בעלארוס | ||||
פארטיי | הומאפהענגיקער (1992–אמטירט) | ||||
president | |||||
| |||||
חתימה | |||||
לוקאשענקא איז פארבליבן די שטאט באזיצער פון די אינדוסטריעס אין בעלאַרוס נאָכן צוזאמענפאל פון די סאוויעטן פארבאנד און האט אפגעהיטן די וויכטיגע סאָוויעט תקופה סימבאליזם, וואָס קען געזען ווערן אויפן נאציאנאלע פאָן פון בעלאַרוס אנגענומען נאָך אַ קאָנטראָווערסיאַלען רעפערענדום אין 1995, וואָס איז באזירט אויף די בעלאָרוסישן SSR. און אין דעם רעפערענדום האט לוקאַשענקאָ באקומען מער מאַכט מיט די מעגליכקייט צו אויפזאגן די רעגירונג שטאב און א צווייטער רעפערענדאם אין 1996 האט ערלויבט לוקאשענקא צו פארמערן נאך מער די מאכט, און די רוסישע שפראך איז אויך געווארן איינס פון די צוויי אפיציעלע שפראכן אין בעלארוס ווערענדיג געשריבן אין די מידיא, עדיוקאציע, און אין אנדערע ערטער אינם פובליק לעבן. און ס'איז אין פאקט די עיקר שפראך אין בעלארוס. און עקאנאמישע פארבינדונגען מיט רוסלאנד זענען געשטארקט געווארן. וואָס האט געפירט צו דער שאַפונג פון די יוניאַן-שטאַט מיט רוסלאַנד וואָס ערלויבט בעלאַרוסיאַנס פריי אַרומצופאָרן צו ארבעט, שטודירן אין רוסלאנד, און פארקערט.[4][5][6] באציאונגען מיט רוסלאנד זענען אבער נישט שטענדיג געווען גלאטיג ווי למשל ביי די "מילך מלחמה". (די מילך מלחמה איז געווען א האנדלס קאנפליקט צעווישן רוסלאנד און בעלארוס , אין יוני 2009. בעלארוס און רוסלאנד האבן דאן פארשלאסן די באציאונגען. דער קאנפליקט האט פאסירט דערפון, אז רוסלאנד האט פרובירט צו באצאלן 500 מיליאן אמעריקאנע דאלאר פאר בעלארוס צו אנערקענען די זעלבסטשטענדיקייט פון אַבכאַזיע און דרום אססעטיע. רוסלאנד האט אויך אויסגעדריקט איר אינטערעס אין פריוואטיזירן די בעלארוסישע מילך אינדוסטריע. בעלארוס האט רעאגירט דורכן זוכן פארהאנדלונגען מיט דעם אייראפעאישן פאראיין אויף סערטיפיקאציע פון בעלארוסישע מילך לויט די אי.יו. רעגולאציעס. רוסלאַנד האט דאן פאַרבאָטן צו אימפארטירן מילכיגע פּראָדוקטן פון בעלאַרוס. די האנדלס קאנפליקט האט זיך גענדיגט אין יוני ווען רוסלאנד האט געמאלדן אז זי הערט אויף מיטן פארבאט)[7][8]
לוקאשענקאָ פירט אַן אויטאָריטאַרישע רעגירונג און האָט זיך זעלבסט דערקלערט אלס דער לעצטער דיקטאַטאָר אין אייראָפּע. וואלן זענען נישט פריי און גערעכט לויט די אינטערנאַציאָנאַלע מאָניטאָרן.[9][10][11] די מעדיע זענען נישט פריי, און די אפאזיציע איז אונטערגעדריקט דורך דער מאכט וואס פירט צו סאנקציעס אויף לוקאַשענקאָ און אנדערע בעלארוסישע באאמטע.[12][13][14] זיין קאָנטראָווערסיאַנאלן נצחון אין די מדינה'ס 2020 פרעזידענטליכע וואַלן האט געפירט צו ברייט-פארשפרייטע באשולדיגונגען פון שטימען פעלשונגען וואס האט שטארק פארגרעסערט די אנטי-רעגירונג פראטעסטירער די גרעסטע דורך זיין הערשאפט, לוקאָשענקאָ איז נישט אנערקענט דורכן אייראפעישן פארבאנד אָדער די פאראייניגטע שטאַטן אלס דער לעגעטימער פּרעזידענט פון בעלארוס.[15][16]
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ https://www.bbc.com/news/world-europe-53637365
- ↑ https://web.archive.org/web/20071017070233/http://president.gov.by/en/press10003.html
- ↑ https://uznayvse.ru/znamenitosti/biografiya-aleksandr-lukashenko.html
- ↑ https://www.reuters.com/article/us-belarus-election-economy/500-for-everyone-belarus-leaders-soviet-style-economy-wears-thin-for-some-voters-idUSKCN25118Q
- ↑ https://apnews.com/article/russia-ukraine-zelenskyy-alexander-lukashenko-poland-3d8d211ce217fff9550263466ffa5fd3
- ↑ https://web.archive.org/web/20110718093131/http://www.rec.gov.by/refer/ref1995q.html
- ↑ http://www.rferl.org/content/Has_Moscow_Had_Enough_Of_Belaruss_Lukashenka/2104099.html
- ↑ https://www.politico.eu/article/the-milk-split-by-the-milk-war/
- ↑ https://www.usnews.com/news/world/articles/2021-11-14/europes-last-dictator-raises-the-stakes-with-the-west
- ↑ https://www.atlanticcouncil.org/blogs/belarusalert/europes-last-dictator-the-rise-and-possible-fall-of-alexander-lukashenko/
- ↑ https://www.independent.co.uk/news/world/europe/alexander-lukashenko-belarus-ukraine-russia-b2024868.html
- ↑ https://apnews.com/article/50a5cd10537541a8933c65465f3fc113
- ↑ https://www.theguardian.com/world/2012/oct/07/belarus-inside-europes-last-dictatorship
- ↑ https://web.archive.org/web/20071212011715/http://www.amnesty.org/en/region/europe-and-central-asia/eurasia/belarus
- ↑ https://www.bbc.com/news/world-europe-53637365
- ↑ https://www.axios.com/2020/09/23/us-lukashenko-president-belarus