אלעקסאנדער ליזען (אוקראַיניש - Олександр Лізен; דער אמתער פֿאַמיליע-נאָמען – ליזענבערג; 1911, הײַדאַקי, וואָלינער גובערניע – 2000, לעמבערג) איז געווען אַ ייִדישער פּראָזאַיקער, וואָס האָט געשריבן אויף אוקראַיִניש און אויף ייִדיש.

אלכסנדר ליזען
קיין פריי בילד
געבורט 20 יולי 1911
רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 25 מערץ 2000 (אלט 88)
לעמבערג, אוקראינע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך שרייבער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

לעבנס-געשיכטע

רעדאַקטירן

אלעקסאנדער ליזענבערג איז געבוירן געוואָרן אינעם דאָרף הײַדאַקי אין דער וואָלינער גובערניע פֿון דער רוסלענדישער אימפּעריע אין אַן אָרעמער משפּחה. ער איז אויסגעוואַקסן אינעם וואָלינער שטעטל קופּעל. אין 1923 איז דער קומענדיקער שרײַבער געוואָרן אַ מיטגליד אין "השומר הצעיר". שפּעטער איז ער אַריבערגעפֿאָרן קיין מאָסקווע, וווּ ער האָט פֿאָרגעזעצט זײַן ציוניסטישע טעטיקייט. אין 1929 האָט נ.ק.וו.ד. אַרעסטירט אים און ביז 1933 איז אלעקסאנדער ליזענבערג געווען אין תּפֿיסות און לאַגערן, דערנאָך, במשך פֿון 3 יאָר – אין פֿאַרשיקונג. אין 1936 איז ער באפֿרײַט געוואָרן און זיך באַזעצט אין קיִעוו. אלעקסאנדער ליזענבערג האָט גענומען אַן אָנטייל אין דער צווייטער וועלט-מלחמה אין די רייען פֿון דער סאָוועטישער אַרמיי. נאָכן זיג האָט ער זיך באַזעצט אין לעמבערג. ער האָט פֿאַרענדיקט דעם לעמבערגער עקאָנאָמיק-אינסטיטוט און געאַרבעט אַלס בוכהאַלטער. אין 1988 האָט ער אָנרגאַניזירט די לעמבערגער געזעלשאַפֿט פון דער ייִדישער קולטור אויף שלום-עליכֿמס נאָמען און איז געוואָרן זײַן ערשטער פֿאָרזיצער. אלעקסאנדער ליזען איז געשטאָרבן אין לעמבערג אין 2000.


ליטעראַרישע טעטיקייט

רעדאַקטירן

אַלס פּראָזאַיקער אויף אוקראַיִניש האָט אלעקסאנדער ליזען דעביוטירט אין 1959 אויף די שפּאַלטן פֿונעם לעמבערגער זשורנאַל "זשאָווטען". אין 1966 איז דערשינען זײַן ערשט בוך אויף אוקראַיִניש. אין 1970 האָט אלעקסאנדער ליזען דעביוטירט אויף יידיש אינעם מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטישע היימלאַנד". זינט דעם איז ער געוואָרן א צוויי-שפּראַכיקער ליטעראַט. זײַן ערשט בוך אויף ייִדיש איז דערשינען אין 1981. אויף ייִדיש האָט ער זיך געדרוקט אויך אין די צײַטונגען "ביראָבידזשאַנער שטערן" און "פֿאָלקס-שטימע" (וואַרשע).

זײַנע ביכער

רעדאַקטירן

· Монумент, Львів, “Каменяр”, 1966

· Зелені надгробники, Львів, “Каменяр”, 1969

· Корінь добра, Львів, “Каменяр”, 1973

· נחומקע אתרוג, מאָסקווע, "סאָוועטסקי פּיסאַטעל", 1981

· Друге сонце, Львів, “Каменяр”, 1982

· אַלע קאָלירן פונעם רעגנבויגן, מאָסקווע, "סאָוועטסקי פּיסאַטעל", 1984

· Даймоніон або Життя та смерть Василя Дударя, Київ, “Радянський письменник”, 1990

וועבלינקען

רעדאַקטירן