אלימלך דייטש
ר' אלימלך דייטש איז געווען יארן לאנג פון די עסקנים פאר סאטמאר בכלל (אין די בני יואל, קאשוי צייטן, וכו') און פארן סאטמארער רבי׳ן רבי אהרן טייטלבוים בפרט. קודם האט ער געעפנט א צייטונג די אידישע געדאנק וואו ער איז געווען דער רעדאקטאר און עס איז אהער געשטעלט געווארן דורך אים א שיינע אויסגאבע , און ווען די מחלוקה אין סאטמאר איז געווארן הייס (תשנ"ט) האט מען דארט אנגעהויבן באריכטן נייעסער אינערהאלב דער סאטמארער קהילה און אזוי אויך צו געבן א פלאטפארם פאר אלע נייעסער וועלכע זענען באיאקטירט געווארן דורך משה גבאי ווען ער האט מער נישט געוואלט דעקן רבי אהרן אין דער איד.
שפעטער האט ער געעפנט דער בלאט, וואס איז היינט אפיציעל די ארונים צייטונג און פארקויפט זיך אין די טויזנטער וועכנטליך איבער דער גארער וועלט, און ער איז געווארן דערפון א גרויסער עושר, ווערנדיג פון די גרעסטע לאנד אייגענטימער אין און ארום קרית יואל.
היינט צוטאגס האט ער שוין איבערגעבעטן די בני יואל חברה און ער האט גענומען א זאלוינישן איידעם.