איתן קאבל
איתן קאַבל (העברעאיש: איתן כבל; געבוירן דעם 23סטן אויגוסט 1959, י"ט אב ה'תשי"ט) איז א ישראלדיקער פאליטיקער וואס האט פארטרעטן די ארבעטס-פארטיי אינעם כנסת.
געבורט |
23 אויגוסט 1959 (אלט 65) ראש העין, ישראל |
---|---|
מדינה | ישראל |
לערנארט | העברעאישער אוניווערסיטעט אין ירושלים |
באשעפטיגונג | פאליטיקער |
פארטיי | ארבעטס-פארטיי |
ביאגראפיע
רעדאַקטירןקאַבל איז געבוירן געווארן אין ראש העין. א שטיק צייט האט ער געלערנט ביי רבי ישכר מאיר אין ישיבת הנגב. נאך זיין צה"ל דינסט האט ער געלערנט אינעם העברעאישן אוניווערסיטעט פון ירושלים, און איז געווען דער פרעזידענט פונעם סטודענטן פארבאנד.
פאליטישע קאריערע
רעדאַקטירןנאך זיין גראדואירן האט ער געדינט אלס אן אסיסטענט צום לאנדווירטשאפט מיניסטער אברהם כ"ץ-עוז, צו שמעון פרס און בנימין בן-אליעזר.
ער איז ערשט געוויילט געווארן צום כנסת אין 1996. ער איז געוועזן פארזיצער פון דער אונטער-קאמיסיע פאר דער בערזע און די קאמיסיע פאר עקאנאמישע אינטערעסן. היינט איז ער א מיטגליד פון דער הויז קאמיסיע און די פרעמדע אינטערעסן און פארטיידיקונגס קאמיסיע.
אין 2007 האט ער רעזיגנירט פון זיין שטאנד אלס מיניסטער אָן פארטאפעל און געבעטן פון אהוד אלמערט צו רעזיגנירן אויך. ער האט געזאגט "נישט מער קען איך זיצן אין א רעגירונג געפירט דורך אהוד אלמערט". ער האט רעזיגנירט נאך אז די ווינאגראד קאמיסיע האט פובליצירט א באריכט וואס האט אנגעקלאגט אלמערט און אנדערע מיטגלידער פון דער ישראל־רעגירונג פאר די פעלערס אין דער צווייטער לבנונישער מלחמה.
קאַבל איז צוריקגעקומען אין די 2009 וואלן און איז געשטעלט געווארן זיבעטער אין דער ליסטע פון דער פארטיי. אין יענער צייט האט ער אנגעהויבן א געזעץ וואס האט באגרענעצט ווארטן אין טעלעפאן צענטערס.
משפחה
רעדאַקטירןער האט געהייראט זיין ווייב נועה און זיי האבן פיר טעכטער, שחר, שירה, טל, מאיה. ער וואוינט אין זיין געבורט שטאט ראש העין. ער איז באקאנט אלס א מכבי תל-אביב אנהענגער אין פוסבאל און קוישבאל.
וועבלינקען
רעדאַקטירן- איתן קאַבל ביים כנסת וועבזייטל (אויף העברעאיש)