אין סאטמאר געפאנגענשאפט
אין סאטמאר געפאנגענשאפט (ענגליש: In Satmar Custody) איז א 2013 דאקומענטארער פילם וועלכער דערציילט די געשיכטע פון די תימנער יודן וואס די סאטמארער אין ניו יארק ברענגען כדי זיי צו ראטעווען פון די ציונים. מען זאגט זיי צו מ'וועט זיי געבן פון אלעם גוטן, אבער למעשה באציט מען זיך צו זיי אן די מינדעסטע סענסיטיוויטעט און אכטונג צו זייערע אייגנארטיגע געברויכן.
די קריטיק איז בעיקר געוואנדן צו דער ארגאניזאציע וועד להצלת יהודי תימן אנגעפירט דורך יצחק חיים פריינד פון די בני יואל.
געשיכטע
רעדאַקטירןדער פילם פאלגט נאך א ספּעצעפישע פאמיליע, וואו דער טאטע יחיה גרעידי דערציילט ווי מ'האט אים אוועקגענומען אלע קינדער מיטן אויסרייד אז זיי קענען זיך נישט געהעריג אפגעבן מיט זיי. אויך דערציילט ער ווי מ'לאזט זיי נישט נאכפאלגן זייער טראדיציעס אין קרית יואל און ווי מ'הייסט זיי גיין נאך געלט וואס די עסקנים נעמען כמעט אלעס פאר זיך, בלויז צען פראצענט געט מען זיי.
האדיד, א טאכטער פון גרעידי איז אראפגעפאלן האט מען באשולדיגט די עלטערן אין אביוז. די מאמע באשולדיגט א שכנה וואס האט געשאקלט דאס קינד. א דאקטער טענה'ט אבער אז די שפיטאל איז שולדיג אז זי איז אריינגעפאלן אין א קאמע. ווען דאס קינד איז געשטארבן האבן די סאטמארער פארפירט מ'זאל נישט פאלמעסן.
דער פילם ענדיגט זיך וואו די מאמע אנטלויפט קיין ישראל און האט דארט נאך א קינד. דער טאטע פאלגט אים נאך.
אין לויף פונעם פילם רעדט מען צו נאך א תימנער יוד וועלכער וואוינט אין קרית יואל, וואס זיין ווייב דערציילט וואו מ'האט איין שיינעם טאג אוועקגענומען אלע זייערע קינדער.