אייפאן

סמארטפֿאן פון דער עפל פירמע
(אַריבערגעפֿירט פון אייפאון)

איי-פֿאָן (ענגליש: iPhone) איז א ליניע פון סמארטפאנען אויסגעשטעלט און געבויעט דורך דער עפל פירמע.

אייפאן
iPhone
www.apple.com/iphone/
אייפאון צען לאגא
אייפאן צען לאגא
iPhone X
אייפאן צען - געשריבן iPhone X

עס לויפט אויף דער iOS אפערירן-סיסטעם.

דער ערשטער מאָדעל אייפאן איז ארויסגעגעבן געווארן אום י"ג תמוז, תשס"ז (דעם 29סטן יוני 2007).

דער באניצער-אויסשטעל (UI) איז געבויט ארום דער כלי'ס מולטי-טאטש עקראן, וואס קומט מיט א ווירטועלן-קלאפטאוול. דער אייפאן האט וויי-פֿיי און האט די מעגליכקייט זיך צו באהעפטן צו צעלולארישע באהעפטונגען. אן אייפאן קען כאפן ווידעא (וואס איז ערשט צוגעקומען ביי אייפאן 3GS), מאכן בילדער, שפילן מוזיק, שיקן און באקומען בליצפאסט, נאכגיין GPS אנווייזונגען, שרייבן נאטיצן, מאכן מאטעמאטישע חשבונות, און באקומען וויזועלע וואויסמעיל.

אנדערע פונקציעס, ווי למשל ווידעא-שפילן און סאציאלע-מעדיע קענען באניצט ווערן דורכן אראפלאדענען "עפס" פון עפל'ס עפ-געשעפט. אין יאנואר 2021 איז געווען צו באקומען 1.96 מיליאן עפס פארן אייפאן אויפן געשעפט.

דער נאמען אייפאן שטאמט פון עפל'ס לעגאנדערער "איי" וואס זי נוצט פאר אירע פראדוקטן זינט זי האט ארויסגעגעבן די פירמע'ס מערסט פאפולערן קאמפיוטער דעם איי-מעק iMac. זינט דעמאלט ווערן די פראדוקטן ווי איי-פאד און איי-פעד אונטערגעשטיצט פונעם iOS אפערירן סיסטעם.

היסטאריע

רעדאַקטירן

עפל האט ארויסגעגעבן בסך-הכל דרייצן מאדעלן פונעם אייפאן, יעדע איינציגסטע צוזאמען מיט א נייע אפערירן-סיסטעם.

די ערשטע גענעראציע אייפאן איז ארויסגעקומען אום 29סטן יוני 2007, עס איז געווען א דורכברוך אין דער אינדוסטריע, זייענדיג די ערשטע טעלעפאן אָן א פיזישע קלאוויאטור.

האבנדיג א 3.5 אינטש מולטי-טאָטש עקראן, האט עס געהאט אפציעס פון פיר, אכט און זעכצן גיגאבייט שפייכלערונג, א צוויי מעגאפיקסל בעק קאמערע מיט א סאמסונג פראַסעסאָר, און א פערצן הונדערט מא״ה באטעריע, און האט געקאסט $499.

דערנאך איז געקומען אין 2008 די אייפאאן 3g מיט פארבעסערטע 3G אינטערנעט, און א פרייז פון בלויז $199

די דריטע אייפאן איז געקומען איז יאר 2009 מיט א נייער אפציע פון 32 גיגאבייט סטארעדזש, א דריי מעגאפיקסל קאמערע וועלכע האט יעצט צובאקומען ווידעא רעקארדירונג, א קאמפּאַס, און שטימע־קאָנטראָל.

דאן, אין 2010, איז געקומען די אייפאן 4, מיט א נייער דינערער באקסעדיגע אייזענע דעזיין, א נייע ״רעטינע דיספלעי״ עקראן, א 5 מעגאפיקסל בעק קאמערע מיט 720 ווידיא, די ערשטע

אייפאן מיט א פראָנט קאמערא, א פלעשלייט, און די ערשטע טשיפ דורך עפל אליינס, די A4 טשיפ,

אין 2011 איז געקומען די אייפאן 4S, מיט א בעסערע 1080p אכט מעגאפיקסל קאמערע, די אפציע פון 64 גיגעבייט, א שנעלערע בעסערע A5 טשיפ, און די ערשיינונג פון די וועלטס באקאנטע ווירטואלע פריינד ״סירי״,

2012 האט געברענגט די אייפאן 5, א גרעסערע 5 אינטש עקראן, שנעלערע LTE אינטערנעט, די אלעמען באקאנטן לייטנינג קאנעקטער מיט וועלכע אייפאן באנוצער פלאגן זיך עד היום הזה, ווי אויך איז די אייפאן 5 געווען גאנצע 18 פראצענט דיננער, און צוואנציג פראצענט לייכטער, עפל האט נאכגעפאלגט מיט די אייפאן 5C, וועלכע האט געהאט אסאך ענדליכקייטן צו די אייפאן 5 אבער א פלוסטישן דעזיין און א קלענערע עקראן, פאר א ביליגערן פרייז.די נעקסטע אייפאן איז געווען די אייפאן 5S אין 2013, מיט טאָטש-איידי, א בעסערע פלעש פאר דער קאמערע און א שנעלערע טשיפ,

דערנאך איז געקומען די גרויסע ענדערונג אין 2014 מיט דער אייפאן 6, וועלכע איז געווען דינער און גרעסער מיט א 4.7 אינטש עקראן, גרעסערע באטעריע, א קלארערע עקראן, שטערקערע גלאז, און א 128 גיגעבייט אפציע, צוזאמען האט עפל ארויסגעגעבן נאך א גרעסערע אייפאן 6 פּלאָס, מיט א 5.5 אינטש עקראן, א ריזן באטעריע, און אפטישע בילד־סטאביליזאציע.

די 2015 אייפאן 6s און 6s plus האט געברענגט א בעסערע 4K קאמערע, שטערקערע אומבויגזאמע סטרוקטור, שנעלערע טאטש איי די, און 3D טאטש, און ענדליך צו די אייפאן 5C האט עפל נאכגעפאלגט מיט א ביליגע קלענערע ווערסיע פון דער 6s מיטן נאמען אייפאן SE,

די SE האט געהאט די זעלבע מאכטפולע A9 טשיפ און 12 מעגאפיקסל קאמערא ווי די אייפאן 6s אבער איז געווען באקסעדיג און קליין אזויווי די אייפאן 5, א פאָרם פאַקטאָר וואס איז אלץ געווען באליבט ביי מענטשן און עפל האט עס טאקע צוריקגעברענגט אין די שפעטערע יארן,

אין 2016 האט עפל איינגעפירט די אייפאן 7 און אייפאן 7 פלוס, די 7 איז געווען די ערשטע אייפאן צו זיין וואסער און שטויב פרוף, ווי אויך איז די היים קנעפל ערזעצט געווארן מיט א פאלשע קנעפל וואס אנשטאט עס דריקן, גיבט עס א קליינע דריזל אז מ׳זאל פילן ווי ס׳דריקט זיך, די 7 איז אויך געווען די ערשטע טעלעפאון אן א 3.5 מ״מ לעכל, די 7 פלוס איז געווען די ערשטע אייפאן מיט 2 קאמערעס אין די בעק, ערמעגליכנדיג פּאָרטרעט מאָדע,


די SE 5 איז געווארן גרעסער, מיט א 4-אינטש פענסטערל און עפל'ס אייגענעם נייעם אנלאדער, דער בליץ-קאבל. אין 2013 איז ארויסגעקומען די 5S מיט בעסערע הארטווארג און א פינגערפרינט אויפכאפער, צוזאמען מיט דעם עקאנאמיש-פריינטליכן 5C, וואס איז ס"ה א קאלירטע פלוסטישע ווערזיע פונעם אייפאן 5. דערנאך איז ארויסגעקומען דער 6, מיט א גרעסערן 4.7 אינטש עקראן, צוזאמען מיט דעם נאך-גרעסערן 6+ מיט 5.5 אינטשיגע עקראן. דער 6S איז געקומען דאס קומענדיגע יאר מיט דריק-סענסיטיווע עקראנען, ווי אויך דער ביליגער SE וואס האט געהאט דאס זעלבער הארטווארג ווי דער 6S אבער אזוי קליין ווי דער 5C.

אין 2016 האט עפל ארויסגעלייגט די 7 און 7+ וואס האבן באקומען וואסער-באשיצונג, נייע קאליר אפציעס, און אראפגענומען די 3.5 מילימעטער עירפאן ווייער-לאך. די 8 און 8+ זענען ארויס געקומען אום 2017 מיט אביסל א בעסערע קאמערע און א גלעזערנעם פארנט. צוזאמען מיט דעם איז ארויסגעקומען דעם מאדעל 10 (געשריבן X, ווי רוימישע נומעראלן), מיט א בעזעל-פרייע עקראן, און א נייע פנים-אויפכאפער, מיטן נאמען "פעיס-איי-די" (FaceID), אבער אן קיין היים-קנעפל, און דערפאר - קיין טאטש-איי-