איינקויף וואגאן

וואגן באנוצט דורך קאנסומענטן אין געשעפטן

אן איינקויף וואגאן איז א סארט וואגאן וואס געשעפטן גרייטן פאר קאנסומענטן (בפרט סופערמארקן) צו פירן זייערע וואַרעס צו די ווערקויפסערטער ביים איינקויף. אין א סך פאלן קען דער קאנסומענט נוצן דעם וואגאן אויך צו פירן וואס ער האט געקויפט צו זיין פארמיטל, אבער א טייל וועגענער ווערן פלאנירט צו פארמיידן דעם אויסגאנג פון דאס געשעפט.

אין א סך פלעצער אין די פאראייניקטע שטאטן און דעם פאראייניגטן קעניגרייך ווערן קאנסומענטן דערלויבט צו לייגן די וועגענער אין באצייכנטע געגנטן אין דער אפלאגארט, און ארבעטער פון דעם געשעפט שטעלן זיי צוריק אינעם איינלאגערונג ארט. אבער, אין א סך פלעצער עס זענען דא מטבע/זשעטאן-אפערירטע שליסונג מעכאניזמען צו מוטיקן קאנסומענטן צו לייגן די וועגענער צוריק אין דער ריכטיקער לאקאציע נאכן באנוץ.

אויספארמירונג רעדאַקטירן

 
א קינדער-זיכערע איינקויף וואגאן

מערסט מאדערנע איינקויף וועגענער ווערן געבויט פון מעטאל (אדער א קאמבינאציע פון מעטאל און פלאסטיק) און ווערן אויסגעפורעמט צו איינהעפטן זיך אין א ריי. דאס מאכט עס מער גרינג צו קלייבן און באוועגן א סך מיט איין מאל און אויך אָפּשפּאָרט איינלאגערונג רוים. די וועגענער קענען קומען אין פארשידענע גרייסן, און די גרעסערע קענען טראגן א קינד. עס אויך זענען דא ספעציעלע וועגענער געבויט פאר צוויי קינדער, און עלעקטראמאבילן מיט קוישן פאר קאנסומענטן מיט דעפעקטיווקייטן.

אין די פאראייניקטע שטאטן ווערן 24,000 קינדער באשעדיקט יעדע יאר פון איינקויף וועגענער. א טייל געשעפטן אין די וועלט האבן וועגענער וואס קוקן ווי אן אויטא אדער ווען מיט א זיצארט פאר א קינד מיט א "דרייונג רעדל" און א מאל א "פייפער". די דאזיקע "אויטא וועגענער" קענען פארשפילן דעם קינד און באשיצן אים פון פאלנדיקע זאכן.

איינקויף וועגענער האבן געוויינטלעך פיר רעדער, אבער א ראד וואס ווערט אריינגעזעצט קען מאכן דעם וואגאן שווער צו באהאלטן. מערסט וועגענער אין די פאראייניקטע שטאטן האבן דרייענדיקע פראנט-רעדער און שטייענדיקע הינטער-רעדער, און אין אייראפע האבן זיי געוויינטלעך פיר דרייענדיקע רעדער.

וועבלינקען רעדאַקטירן

 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: איינקויף וועגענער