איינגאס פון קאליפארניע
דער איינגאס פון קאליפארניע (אויך גערופן ים פון קארטעס; און אויף שפאניש ווי Mar de Cortés אדער Mar Bermejo אדער Golfo de California) איז א קערפער פון וואסער וואס געפינט זיך צווישן דעם באיא קאליפארניע האלבאינזל און דער יבשה פון מעקסיקע. ער איז ארומגענומען מיט די מעקסיקאנישן שטאַטן באיא קאליפארניע, באיא קאליפארניע סור, סאנארע און סינאלאע. מאפעס ניצן געוויינלעך דעם נאמען "איינגאס פון קאליפארניע" אבער די איינוואוינער פון דעם אומגעגנט ניצן דעם נאמען ״ים פון קארטעס״,נאך הערנאן קארטעס וואס האט אויסגעפארשט דעם בארטן.טייכן וואס פליסן אריין אין דעם איינגאס זענען די טייכן קאלאראדא, פוערטע, מאיא, סינאלאע, סאנארע און יאקי.
אינזלען
רעדאַקטירןדער איינגאס פון קאליפארניע האט צוויי גרויסע אינזלען, איזלא אנגעל דע לא גארדיע און טיבוראן אינזל. אויך האט ער עטלעכע קלענערע אינזלען.