אייז-עמער ארויסרוף
דער אײַז־עמער ארויסרוף (ענגליש: Ice Bucket Challenge) איז אן אקטיוויטעט וואס פאדערט גיסן אויפן קאפ אן עמער פון אײַז־וואסער, כדי צו שאפן רעקלאם וועגן דער ALS קראנקייט.
אין מאנאט אוגויסט 2014, איז פארשפרייט געווארן דער דאזיגער ארויסרוף. דאס איז שנעל פארשפרייט געווארן אין די אלוועלטליכע נעטווארק, ווי גאר אסאך נעמען אן די פראבע, פון זיך אנגיסן מיט אן עמער אייז קאלט וואסער, אדער ביישטייערן א סומע פאר דער פארש ארבעט צו אנטדעקן א לייזונג פארן אמיאטראף לאטעראל־סקלעראז קרענק. אסאך האבן געטון ביידע, זיך אנגעגאסן און אויך בייגעשטייערט.
מיליאנען מענטשן, צווישן זיי, די גרעסטע סעלעברעטיס אין דער וועלט, האבן ארויפגעלייגט ווידעא קליפס, ווי זיי גיסן זיך אן מיט אייז קאלט וואסער, אנטיילנעמענדיג אין דער פראבע, און לויט די איינגעפירטע רולס פון דער פראבע, וואס מען טוט אויסוועלן און מכבד זיין מיט דער פראבע אנדערע חברים צי באקאנטע, עס נאכצוטון, ביז 24 שטונדן, אדער ביישטייערן א סומע לטובת די פארש ארבעט.
אזוי ווייט, אז אין געציילטע וואכן האט זיך געציילט אריבער צוויי מיליאן קליפס אויף פייסבוק, און פיר מיליאן טוויטס אויף טוויטער, פון אלע סארטן לייט, וואס האבן גענוצט די פראבע, און מ'האט געלייזט דערפון איבער פערציג מיליאן דאלער, פאר דעם פארשט צוועק.
מאַננעקווין טשאַלאַנדזש
רעדאַקטירןאין מאנאט אָקטאָבער 2016, האט זיך אנגעהויבן א פרישע פראבע, מיטן נאמען מאַננעקווין טשאַלאַנדזש, וואס מען פראבירט צו שטיין פארשטייפט פאר א וויילע - אן זיך רירן פון ארט, און מען קוקט אויס ווי א סטאטוע אין א שאו-פענסטער, אדער ווי אינעם וואקס מוזעאום.
אסאך גרויסע סעלעברטיס, אריינגערעכנט פאליטיקאנטן, אקטיארן, און מוזיקאנטן, האבן שוין אנטייל גענומען דערין, אויספרובנדיג דאס.
אויך די געוועזענע קאנדידאט פאר פרעזידענט - הילארי קלינטאן האט דאס אריבערגעפירט מיט אירע געהילפן, געציילטע טעג פארן די וואלן אויסגאנג, און עס איז בליץ שנעל פארשפרייט געווארן.
א ליסטע פון באקאנטע וואס האבן גענומען דעם פראבע
וועלטליכע באקאנטע
רעדאַקטירן- איגי אזעליע
- ביל גייטס
- דזשימי קימל
- דזשארדזש בוש
- דזשאסטין ביבער
- טאם קרוז
- טעד קרוז
- טעילאר סוויפט
- מיט ראמני
- מיילי סיירוס
- סארא פעלין
- סטיב איזראעל
- סעלינע גאמעז
- קעטי פערי
- ריהאנא
- שאקירא
יודישע באקאנטע
רעדאַקטירן- ליפא שמעלצער
- פייביש פון עורה
- מנשה לוסטיג
- יואלי לעבאוויטש
- בערי וועבער