אייזערנער קופאל
אײַזערנער קופאל (העברעיִש: כִּפַּת בַּרְזֶל) איז א באוועגלעכע לופט פארטיידיקונג סיסטעם אנטוויקלט דורך רפאל פארגעשריטענע פארטיידיקונג סיסטעמען. דער צוועק פון דער סיסטעם איז איבערכאפן און פארטיליקן קורץ־דיסטאנץ ראקעטן געשאסן פון א ווײַט צווישן 4 און 70 ק"מ וואס האלטן ביי לאנדן אין א באפעלקערטן שטח.
מען האט געניצט אייזערנעם קופאל צום ערשטן מאל דעם 27סטן מערץ 2011 לעבן באר שבע.
ביי דער פעסטער פעלדז אפעראציע תמוז-אב תשע"ד, האט מען געשטעלט אכט אייזערנער קופאל באטעריעס צו שיצן קעגן ראקעטן פון עזה און פון לבנון.
דער מיליטערישער ארטיקל איז א שטומף. ביטע העלפֿט וויקיפעדיע אים פֿארברייטערן. |