איטשע בארוכאוויטש
איטשע באָרוכאָוויטש (רוסיש: Исаак Борисов, 1923 – 1972) איז געווען אַ ייִדישער דיכטער און אַ ספּאָרט-זשורנאַליסט. לידער האָט ער געשריבן אויף ייִדיש און פאַרצייכענונגען וועגן ספּאָרטלער – אויף רוסיש.
געבורט |
1 יאנואר 1923 האָראָדעץ, בעלארוס | |
---|---|---|
טויט |
2 דעצעמבער 1972 (אלט 49) מאסקווע, סאוועטן פארבאנד | |
פאך | דיכטער | |
לעבנס-געשיכטע
רעדאַקטירןאיטשע באָרוכאָוויטש איז געבוירן געוואָרן אינעם דאָרף האָראָדעץ פונעם ראָהאַטשאָווער ראַיאָן פון דער האָמלער געגנט אין ווײַסרוסלאַנד. ער האָט דעביוטירט מיט לידער אין פּעריִאָדיק אין 1936. אין 1940 האָט ער פאַרענדיקט אַ פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט אין ראָהאַטשאָוו און געאַרבעט אַלס לערער אין אַ ייִדישער קינדער-שול אינעם שטעטל סטרעשין. בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה האָט ער געדינט אין דער סאָוועטישער אַלס ראַדיסט אויפן פראָנט. נאָך דער מלחמה האָט איטשע באָרוכאָוויטש געוווינט אין מאָסקווע. זינט דער גרינדונג פונעם זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" אין 1961 און ביזן סוף פון זײַן לעבן איז ער געווען אַ מיטגליד פון דער רעדקאָלעגיע פון דעם זשורנאַל. אישטע באָרוכאָוויטש איז געשטאָרבן אין מאָסקווע.
זײַנע ייִדישע לידער-זאַמלונגען
רעדאַקטירן- "אויפן גרינעם ברעג", מאָסקווע, 1941
- "אין אַ גוטער שעה", מאָסקווע, 1947
- "בײַם שײַטער פון יאָרן", מאָסקווע, 1974
משפחה
רעדאַקטירןאיטשע באָרוכאָוויטשעס ווײַב עמיליע איז געווען אַ טאָכטער פונעם גרויסן ייִדישן דיכטער שמואל האַלקין.
וועב-לינקען
רעדאַקטירן- וועגן איטשע באָרוכאָוויטשן אין דער "עלעקטראָנישער ייִדישער ענציקלאָפּעדיע" (אויף רוסיש) - https://eleven.co.il/article/10716