אידישער טריביון

מאגאזין אין אידיש

דער אידישער טריביון איז געווען א וועכנטליכע פרומע פובליקאציע אויף יודיש פאר דער יודישער פאמיליע, און באשטייט פון 48 זייטן.

ער האט אנגעהויבן ערשיינען ערב סוכות ה'תשע"ה און איז אנהייב געווארן פארשפרייט אין אכצן טויזנט קאפיעס, פון אנפאנג פאר אומזיסט, אין וויליאמסבורג; בארא פארק; מאנסי און קרית יואל, אין בתי מדרשים און קראמען און נאך געשעפטן אין די געגנטער וואו מ'רעדט יודיש. שפעטער האבן זיי אנגעהויבן צו בעטן געלט, און איז געווען אן אויפגעכאפטער אידישער אויסגאבע פאר עטליכע יאר.

דער טריביון האט פארמאגט איין הויפט ארטיקל יעדע וואך, וואס נעמט אויף ארום 8-10 זייטן, און צייכנט זיך אויס מיטן באשרייבן נושאים וואס ציען און זענען אינטרעסאנט.

אין צוגאב האט עס געהאט פראפעסיאנעלע ארטיקלען, ערציילונגען און באשרייבונגען, אזוי אויך בילדער פון רבי'ס, רעצעפטן, און א פארזעצונג.

פון צייט צו צייט, טוט דער טריביון ערשיינען אין א פארגרעסערטע אויסגאבע, ספעציעל אין די וואכן פון יום טוב. אדער אנדערע יומי דפגרי.

פרשת בשלח תשע"ו האט זיך אנגעהויבן א פארגרעסערטע קינדער אפטיילונג אין דעם טריביון, מיט מערערע בלעטער 'קאמיקס', און די אויסגאבע איז געשטיגן פון פערציג זייטן וועכנטליך, צו אכט-און-פערציג זייטן וועכנטליך.

דער טריביון האט זוכה געווען צו ברענגען שמועסן מיט מערערע רבנים, א שטייגער ווי הגאון רבי יהושע כהן שליט"א, רבי מרדכי יונגרייז פון ניקאלשבורג שליט"א, הגאון רבי צבי אויש פון וואלקאן שליט"א, הגאון רבי שלום נח ווייס שליט"א מח"ס בנין שלום, המשפיע ר' ברוך מרדכי (מוטה) פראנק שליט"א, און נאך אסאך.

באזונדער האט דער טריביון שוין באשריבן מערערע ארגאניזאציעס, ווי א שמועס מיט ר' יעקב דאסקאל פון חברת שומרים, ר' אהרן יצחק קאהן פון חברים דברוקלין, ר' מענדל ריינער דער אנפירער פון רינועל (ארכיווירט 02.12.2016 ביי דער Wayback Machine), ר' שלום פסח גרינבערג פון 'חסד 24-7', א באזוך ביי ר' אפרים שטערן פון ירושלים, און נאך.

סוף יאר תשע"ז האט דער טריביון אויפגעהערט צו ערשיינען. עס זענען ערשינען סה״כ הונדערט און דרייסיג אויסגאבעס.

רעגלמעסיגע קאלומס

רעדאַקטירן
  • א מעשה אויף שבת
  • זכרונות - דאס אידישע לעבן פארן צווייטן וועלט קריג
  • היסטאריע פון תקופת הגאונים
  • אמת'ע געשיכטעס אין אונזער צייט
  • בילדער פון רבנים און אדמורי"ם
  • פארזעצונג
  • קינדער אפטיילונג וואס אנטהאלט מערערע קאלומס.

וועבלינק

רעדאַקטירן