איגאר טאם
איגאר יעווגעניעוויטש טאם (רוסיש : И́горь Евге́ньевич Та́мм; 8טן יולי 1895 - 12טן אפריל 1971) איז געווען א רוסישער פיזיקער און מאטעמאטיקער, געווינער פונעם נאבעל פריז פאר פיזיק אין 1958.
געבורט |
8 יולי 1895 וולאדיוואסטאק, רוסלענדישע אימפעריע |
---|---|
טויט |
12 אפריל 1971 (אלט 75) מאסקווע, רוסישע סאוועטן פעדעראטיווע סאציאליסטישע רעפובליק, סאוועטן פארבאנד |
מדינה | רוסלענדישע אימפעריע, סאוועטן פארבאנד |
קבורה ארט | נאוואדעוויטשי צווינטער |
פאך | טעארעטישער פיזיקער, ערפינדער, אוניווערסיטעט-לעקטאר, פיזיקער |
טאם איז געבוירן געווארן אין וולאדיוואסטאק און דערנאך האט געוואוינט און שטודירט אין קיראוואגראד (היינט אין אוקראינע). אין די יארן 1913-1914 האט ער שטודירט אין עדינבורג אוניווערסיטעט, און דערנאך אין מאסקווע ביז 1918.