אולאן באטאר
אולאַן באַטאר, (מאנגאליש: Улаанбаатар אולאַנבאַטאַר), איז די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט פון מאנגאליי. די שטאט איז אן אומאפהענגיקער מוניציפאליטעט וואס געהערט נישט צו קיין פראווינץ, און איר באפעלקערונג אין 2008 איז געווען א ביסל מער ווי 1 מיליאן.[1]
ulaanbaatar |
פלאצירט אין דעם צפון צענטראלן טייל פונעם לאנד, די שטאט ליגט אין דער הייך פון 2110 מעטער אין א טאָל לעבן דעם טול טייך. זי איז די קולטורעלע, אינדוסטריעלע און פינאציעלע הארץ פונעם לאנד. זי איז אויך דער צענטער פון מאנגאליי'ס שאסייען נעצווערק, און באהאפטן מיט א באן צו דער טראנס-סיבערישער באן און דעם כינעזישן באן נעצווערק.[2]
די שטאט איז געגרינדעט געווארן אין 1639 אלס א נאמאדישער בודהיסטישער צענטער. זײַט 1778 איז זי פלאצירט אינעם טול טייך טאל. אינעם 20סטן יארהונדערט, האט אולאן באטאר אויסגעוואקסן א הויפט פאבריצירן צענטער.[2]
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ אולאן באטאר סטאטיסטיק בולעטין מיי 2008, archived from the original on 2009-08-18, https://web.archive.org/web/20090818044531/http://statis.ub.gov.mn/index.php?option=com_docman&task=doc_download&gid=170&Itemid=99999999, דערגרייכט 2009-05-24
- ↑ a b אולאן באטאר אפיציעלער וועב פארטאל, archived from the original on 2008-03-29, https://web.archive.org/web/20080329120157/http://www.ulanbator.mn/, דערגרייכט 2009-05-24