אויפן שוועל
אויפֿן שוועל איז אַ זשורנאַל אויף יידיש וועלכע קומט אַרויס זינט 1941 און ערשיינט הײַנט צו טאָג, דורך דער ייִדיש־ליגע, אומגעפֿער דרײַ מאָל אַ יאָר.
געשיכטע
רעדאַקטירןדער זשורנאַל גײט אַרױס זינט 1941 (דעמאָלט ווי דער אָרגאַן פֿון דער פֿרײַלאַנד־ליגע פֿאַר טעריטאָריאַליסטישער קאָלאָניזאַציע), דער זשורנאַל גיט זיך אָפּ מיט ייִדיש לעבן, ליטעראַטור, קולטור און לינגװיסטיק דער זשורנאַל איז הײַנט צו טאָג געדרוקט קאָלירט, מיט פֿאָטאָגראַפֿיעס, און ברײטע גלאָסאַרן צו עטלעכע אַרטיקלען כּדי צוצוהעלפֿן דעם נײַערן לײענער. דער זשורנאַל האָט אַן ערך 800 אַבאָנעמענטן [1].
שעף רעדאַקטאָרן דורכן יאָרן:
1941 -1942: אברהם ראָזין (פסעוודאָנים: בן אדיר).
1942 - 1956: יצחק נחמן שטיינבערג.
1957 - 1979: ד"ר מרדכי שעכטער, לייבל באַיאָן.
1979 - 2005: ד"ר מרדכי שעכטער.
2005 - 2020: שבֿע צוקער.
2020 - ביז הײַנט: ד"ר מרים טרין.
מיטאַרבעטערס זײַנען: גיטל שעכטער־װישװאַנאַט - סטיל־רעדאַקטאָר, יאַנקל סאַלאַנט - קינסטלערישער רעדאַקטאָר. במשך די יאָרן האָבן געשריבן אין אויפֿן שוועל װיכטיקע ייִדישע שרײַבערס ווי: רבֿקה באַסמאַן־בן־חײם, אַהרן גלאַנץ־לעיעלעס, יעקבֿ גלאַטשטײן, אַבֿרהם סוצקעװער, רחל קאָרן, מלך ראַװיטש, און נאָך.
וועבלינקען
רעדאַקטירן- וועבזײַטל
- http://yiddish.forward.com/articles/168568/afn-shvel/
- "די ישראלדיקע שפראך: העברעיש לעבט ווידער, יידיש לעבט ווייטער" (ארכיווירט 10.06.2010 ביי דער Wayback Machine), פֿון גלעד צוקערמאן, אויפן שוועל נ' 337 (2007).
הערות
רעדאַקטירן- ↑ וועגן די געשיכטע פֿון אויפֿן שוועל לייענט: שבע צוקער,אויפֿן שוועל, גילגול פֿון אַ ייִדיש־זשורנאַל אויפֿן שוועל, נומער 352 - 353, זומער 2011