אויסגראבער

שווערע מאשין

אן אויסגראָבער, גרעבער אדער עקסקאַוואַטאָר (ענגליש: excavator) איז א סארט שווערע מאשין. אויסגראָבערס ווערן באניצט צו גראָבן אין דער באדן אדער צו באַוועגן גרויסע אָביעקטן. די באַזע פון דער מאשין האט געוויינטלעך צוויי קייטן פאר באַוועגונג. איבער די קייטן איז א פּלאַטפֿאָרמע וואס דרייט זיך אום 180° אדער 360° גראַד. דער אָפּעראַטאָר זיצט אין א קאבינע און קאנטראלירט דעם אויסגראָבער. איין קאנטראל סיסטעם באוועגט די מאשין הין און צוריק, און די אנדערע אַקטיוויזירט דעם אָרעם און די לאָפּעטע.

א קאַטערפּילער אויסגראָבער

אויסגראָבערס קומען אין פארשידענע גרייסן לויט דעם סארט ארבעט זיי פֿירן אויס. טייל אויסגראָבערס ניצן קאַבעלן, און טייל האבן רעדער אנשטאט קייטן.

וועבלינקעןרעדאַקטירן

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: אויסגראָבערס