די באלייכטונג סיסטעם פון א מאטאר פארמיטל שליסט איין ליכט און סיגנאַלירן געצייג מאָנטירט אין דער פֿראָנט, הינטער, זייטן און א מאל אויפן דאַך פון א מאטאר פארמיטל. זיי באלייכטן דער טראַקט פאר דעם שאָפֿער און מאכן דעם פארמיטל מער קענטיק, בפרט אין טונקלע אדער סמוטנע קאנדיציעס. דאָס ווארענט אנדערע שאָפֿערס און פוסגייערס פון א פארמיטל'ס בייזייאיקייט און פֿאָר-ריכטונג. עמערגענץ פארמיטלען געוויינטלעך האבן באזונדערע עקסטרע לעמפּלעך צו ווארענען שאָפֿערס און פוסגייערס ביי זייערע געשווינדע רייזעס אין נויטפאלן.

פֿראָנט, הינטער, ווענדונג און אינדיקאַציע ליכטן

היסטאריע

רעדאַקטירן

פארמיטלען האבן געהאט ליכטן פאר איבער א הונדערט יאר. דראשקעס האבן גענוצט ליכטלעך, און די ערשטע אויטאס (דעמאלט גערופן "דראשקעס אָן פערד") זענען באלויכטן געווארן מיט גאַז לאָמפן. אין 1908 האט מען אנגעהויבן ניצן עלעקטרישע באלייכטונג אויף מאטאר פארמיטלען. רויטע הינטערלאָמפן און געלע ברעמזונג לעמפּלעך זענען ערשט באנוצט געווארן שוין אין 1915. באַדעקטע שטראָל פֿראָנטלאָמפּן זענען באנוצט געווארן זינט 1936 און ווענדונג לעמפּלעך זינט 1940. איידער 1939 איז עס נישטא געווען א סטאנדארט פאר פֿראָנטלאָמפּ אויספארמירונג. צווישן 1940 און 1956 האבן אלע פארמיטלען געבויט אין די פאראייניקטע שטאטן געברויכן האבן 7 אינטש רונדע פֿראָנטלאָמפּן מיט באַדעקטע שטראָלן. פון 1956 ביז היינט קען מען מאָנטירן פיר פֿראָנטלאָמפּן אויף איין פארמיטל (צוויי לאָמפּן אין יעדע זייט). אין 1960 זענען די ערשטע האַלאָגענע לאָמפּן גענוצט געווארן אויף אייראפעישע פארמיטלען, און מען האט זיי אימפארטירט צו די פאראייניקטע שטאטן אין 1979. מען האט אנגעהויבן ניצן פארבייטלעכע אויטא לעמפּלעך אין די פאראייניקטע שטאטן זינט 1983.

  • פֿראָנטלאָמפּן באלייכטן דער רוים אַקעגן דעם פארמיטל. זיי ווערן אויסגעפורעמט צו דערלויבן דעם שאָפֿער צו זען ווייט ווי מעגלעך אָן בלענדזען שאָפֿערס וואס פֿאָרן אין די אנדערע ריכטונג.
  • הינטערלאָמפּן זענען (נאר) רויט און לייכטן זיך ווען די פֿראָנטלאָמפּן ארבעטן. מאדערנע פארמיטלען דאַרפֿן האבן צוויי הינטערלאָמפּן. מערסט הינטערלאָמפּן אויך האבן אָפּהאַלט לעמפּלעך וואס ווארענען אנדערע שאָפֿערס אז דעם פארמיטל פֿאַרלאַנגזאַמט אדער האַלט זיך. אויך שליסן זיי די הינטערע אינדיקאַציע ליכטן און אפט די ווענדונג סיגנאַלן.
  • דריטע ברעמזונג לעמפּל - זייט 1986 (פאראייניקטע שטאטן און קאנאדע), 1990 (אויסטראליע און ניו זילאנד) און 1998 (רוב אייראפע) דאַרף א דריטע ברעמזונג לעמפּל ווערן מאָנטירט העכער די צוויי רעגולערע ברעמזונג לעמפּלעך.
  • נעפּל לעמפּלעך זענען אפציאנאל אויף א סאך פארמיטלען. רעגולערע פֿראָנטלאָמפּן שפיגלען אָפּ ליכט און קענען בלענדזען ווען דעם פארמיטל ארבעט אין נעפּל. נעפּל לעמפּלעך ווענדן זיך נידער צו העלפן דעם שאָפֿער זען דער טראקט מער קלאָר. זיי אויך פארשפרייטן דאס ליכט ברייטער צוזאמען מיט די פֿראָנטלאָמפּן אין נעפּל, רעגן, שניי אדער שטויב.
  • ווייטע ליכטן זענען הילף לעמפּלעך וואס פארברייטערן דאס ליכט פון די פֿראָנטלאָמפּן. זיי שטראָלן אויס אן ענגער שטראָל גאָר ווייטער ווי פֿראָנטלאָמפּן געוויינטלעך קענען.

וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: אויטאמאביל באלייכטונג