עפענען הויפטמעניו
לאָגאָ פֿונעם פֿילם

אַװאַטאַר (ענגליש: Avatar) איז אַ פיקטיווע וויסנשאפט פילם פון 2009. דער פֿילם איז אַרױס אױך אױף אַ 3D װערסיע. דער רעזשיסאָר פֿונעם פֿילם איז דזשיימס קאמעראן, וועלכער האט אויך רעזשיסירט דער בארימטען פילם "טיטאניק".

עס איז געווען דער ערשטער פילם צו פארדינען מער ווי צוויי ביליאן דאלאר.

א המשך-פילם מיטן נאמען "אוואטאר 2" וועט ווערן באפרייט דעם 17סטן דעצעמבער 2021, און "אוואטאר 3" דעם 22סטן דעצעמבער 2023.

געשיכטערעדאַקטירן

די מעשה פאסירט אין יאר 2154 ווען די מענטשן פון דער וועלט ווילן ארויסנעמען נאטורליכע מינעראלן פון אונטער א ריזיגן בוים אינעם וועלט פאנדורא וואו עס וואוינען די נאווי'ס.

דזשעק סולי, דר. נארם ספילמאן און דר. גרעיס גייען אהין אריין דורכן אוואטאר סיסטעם זיי איבערצורעדן ארויסצוקומען.

למעשה ווילן זיי נישט, דער קאלאנעל אטאקירט און ברענגט אונטער דעם בוים מיט מיסלס, דאן דרייען זיך אוואטארס אויס די קעפ קעגן דער ארמיי און נעמען זיך אן פאר די נאווי'ס.

למעשה געווינען די נאווי'ס און פארטרייבן די מענטשן פון דארט. דזשעק סולי ווערט פארליבט אין די טאכטער פונעם פירער, וועלכער נעמט איבער פירערשאפט.

אקטיארןרעדאַקטירן

וועבלינקעןרעדאַקטירן