Aaron-lebedeff-litvisher-yankee.jpg

אהרן לעבעדאוו (1873-1960) איז געווען א זינגער און אן אקטיאר.

ער איז געבוירן געווארן אין 1873 אין האמל, ווייסרוסלאנד. צוערשט האט ער געזונגען אין אפערעטעס. אז ער האט אנגעהויבן שפילן אין ווארשע, איז ער באקאנט געווארן ווי "דער ליטווישער קאמיקער".

די אידישע וועלט געדענקט דאס ליד צום בעסטן "רומעניע, רומעניע", וואס ער האט פארפאסט און בארימט געמאכט. ער איז אפטמאל באצייכנט געווארן ווי "דער אייביגער יוגנטליכער" בשעת זיין לאנגער און גלענצנדיגער קאריערע.

אין 1920 אויף "דער צווייטער עוועניו" אין ניו יארק האט ער אנגעפאנגען שפילן אין בינע-פיעסעס אין "נאציאנאל-טעאטער" אונטער דער אנפירונג פון יודישן אימפרעסאריא באריס טאמאשעווסקי. ער איז ארויסגעטראטן די קומענדיגע זעכצן סעזאנען אין פארשטעלונגען אויף דער צווייטער עוועניו.