אדם סמיט
אדם סמיט (ענגליש: Adam Smith; 5טן יוני 1723 – 17טן יולי 1790) איז געווען א שאטישער פילאסאף און עקאנאמיסט. מ'האלט אים פאר דער גרינדער פון מאדערנער עקאנאמיק און קאפיטאליזם. זיין בוך "די רייכקייט פון פעלקער" פון 1776 אנטהאלט זיינע חשובסטע געדאנקען אין דעם געביט פון עקאנאמיק. ער איז געווען פון די פירנדיקע מענטשן פון אויפגעקלערטקייט אין שאטלאנד.
געבורט |
יוני 1723 קעניגרייך פון גרויסבריטאניע |
---|---|
טויט |
17 יולי 1790 (אלט 67) עדינבורג, קעניגרייך פון גרויסבריטאניע |
מדינה | קעניגרייך פון גרויסבריטאניע |
אונטערשריפט | |
יונגע יארן
רעדאַקטירןאדם סמיט איז געווען דער זון פון א שטייער באאמטער אין קערקאדי (Kirkcaldy), פייף, סקאטלאנד. גענוי ווען ער איז געבוירן ווייסט מען נישט, אבער בערך אין 1723. ביי די פיר יאר אלט האבן א באנדע ציגיינער אים געכאפט; זיין פעטער האט אים געראטעוועט אין צוריקגעברענט צו זיין מוטער. אין דעם פארט פון קערקאדי האט סמיט געזען דעם הלוך ילך פון האנדל.