אברהם דוב בער אויערבאך (כמעלניק)
רבי אברהם דוב בער אויערבאך (נפ' ב' אייר ה'תקפ"ז) איז געווען אב"ד אין כמעלניק און פאלאנע.
לעבנסגעשיכטע
רעדאַקטירןרבי אברהם דוב בער איז געווען א תלמיד מובהק פונעם בעל שם טוב און, נאך זיין פטירה, פון זיין שווער, דער תולדות. ער איז געווען רב אין כמעלניק. אין תקנ"ד האט מען אים אויפגענומען ווי רב אין פאלאנע.
משפחה
רעדאַקטירןרבי אברהם דוב בער האט געהייראט די טאכטער פון רבי יעקב יוסף פון פולנאה. זייערע קינדער:
- רבי דוד (נפ' כ"ח כסלו תק"ץ אין טבריה), משגיח פונעם כולל חסידים אין צפת און טבריה
- רבי משה זאב, האט געהייראט מרת שיינא רחל, טאכטער פון רבי צבי הערש, זון פונעם בעל שם טוב. געהרגעם אינעם ערדציטערניש אין צפת אין תקצ"ז
- די ווייב פון רבי דוב בער פון כוואסטאוו
- רבי יעקב פינחס פון מעזשביזש, האט געהייראט מרת אדל, טאכטער פון רבי ברוך מעזשביזשער, אייניקל פונעם בעל שם טוב
- רבי ישראל
- רבי משה חיים אפרים פון לעטיטשעוו
- רבי ברוך פון איוואנציע
- רבי יוסף יאסקע, האט געהייראט אדל די טאכטער פון רבי נחמן פון ברסלב, אייניקל פונעם בעל שם טוב
- די ווייב פון רבי יואל פייוול שטיין, ממונה שני פונעם וואהלינער כולל
- רבי יהושע מרדכי אויערבאך, דער "סדר דורות הקטן". ממונה אויפן קאסאווער כולל אין טבריה, פון די הויפט קארלינער חסידים.
- רבי אליעזר שלמה
- רבי יהודה דוד אויערבאך (האט זיך געצויגן פון צפת קיין ירושלים)
- רבי אברהם דוב, ירושלימער רבי אין טשערנאוויץ
- רבי חיים יהודה לייב (ד' טבת תרמ"ז - כ"ח אלול תשי"ד); ראש ישיבה פון ישיבת שער השמים, א גרויסער מקובל. מחבר פון "חכם לב".
- רבי אברהם דוב, ירושלימער רבי אין טשערנאוויץ
- רבי יהושע מרדכי אויערבאך, דער "סדר דורות הקטן". ממונה אויפן קאסאווער כולל אין טבריה, פון די הויפט קארלינער חסידים.