אבימלך בן גדעון
אבימלך דער זון פון גדעון, ערשטער מלך ביי יידן. אין ספר שופטים קאפּיטל ט' ווערט דערציילט אז אין די צייטן, ווען די יידן האָבן שוין געוואוינט אין ארץ־ישראל, נאָר זיי האָבן נאָך נישט געהאַט קיין מלך איבער זיך, און עס האָבן געהערשט איבער זיי שופטים, איז איינער פון די שופטים געווען אבימלך דער זון פון דעם שופט גדעון. דאָרט ווערט דערציילט, אז גדעון האָט געהאט 70 זין, און אבימלך איז געווען זיין זון פון א פּלגש (א קעבס־ווייב), און מיט דער הילף פון די איינוואוינער פון שכם איז אבימלך'ן געלונגען צו דערמאָרדן אלע זיינע ברידער א חוץ איינעם, יותם, וועלכער איז אנטלאָפן. דערנאָך איז אבימלך געווען דער הערשער. פון דעם אויסדרוק אין שופטים ט' פּסוק ו' "וילכו וימליכו את אבימלך למלך" ("און זיי זענען געגאנגען און האָבן ערקלערט אבימלך אלס מלך"), איז צו זען, אז דאָס איז געווען די ערשטע פּראָבע ביי יידן איינצופירן א מלך, ווארים ביי די אלע אנדערע שופטים געפינען מיר נישט דאָס װאָרט "וימליכו" און אויך נישט דעם אויסדרוק מלך. ווייטער ווערט דערציילט ווי די איינוואוינער פון שכם האָבן זיך צעקריגט מיט אבימלך, ווי ער האָט קייגן זיי געפירט מלחמה און פיל פון זיי געטויט, נאָר איינמאָל, ביים באלאגערן די שטאָט תבץ און דער טורם װאָס איז דאָרט געווען, האָט א פרוי געװאָרפן אויף אים פון טורם־דאַך א מיל־שטיין און אים געטויט. דערמיט האָט זיך געענדיקט די הערשאפט פון אבימלך. און נאָך אים זענען שוין ווייטער געווען געוויינטלעכע שופטים.
פאך | ריכטער |
---|---|
קוואלן
רעדאַקטירן- דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַרײַן דעם טעקסט װאָס געפֿינט זיך אונטערן זוכװאָרט „אבימלך” אין דער ייִדישער פֿאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (באַנד 1) (1949), וואָס איז הײַנט אינעם רשות־הרבים.