אאזיס איז א בוך פון 47 יודישע ליעדער און פאעמעס געשריבן דורך אברהם סוצקעווער אין די יאהרן פון 1957-1959. מערסטנס פון די דיכטונגען זענען גאנץ קורצע און פארנעמען נישט מעהר ווי איין זייט, אדער - גאהר אפט - פיל ווייניגער.

דער בוך איז ארויסגעגעהבן געווארן אין יאהר 1960 דורך די י.ל. פרץ פארלאג אין תל אביב, ישראל און געדרוקט ביי די ארטיגע דפוס אורלי אין טויזנט צוויי-הונדערט עקזעמפלארן. די צייכענונגען בעפאר יעהדע אפטיילונג זענען פון פנחס שער.

דאס בוך אנטהאלט די פאלגנדע זיבן אפטיילונגען אין א ס"ה פון 88 זייטן:

  • ווערטער און שווייגנס, 21 פאעמעס
  • צוויי באלאדעס וועגן איין קינדהייט, 2
  • איבער מיין זכרון, 4
  • בארעגנטע ליפן, 12
  • אין וואַדי-פֿיראַן, 1 (אין פינעף טיילן)
  • אאזיס, 6
  • איין וויינקעלער, 1

וועב לינקען

רעדאַקטירן