א געשעפט

אידישער פילם
(אַריבערגעפֿירט פון אַ געשעפט)

א געשעפט איז דער נאמען פון א חרדישער פילם אין אמעריקע וואס ארויס אין אידיש.

די פרומע רבנים האבן דאס גע'אסר'ט צוליב מורא אז השפעות פון טעאטער און פילם וועט זיך אריינרייסן ביים חרדישן לאגער.

מאנסי ברודער קירש פראדעצורער.

די געשיכטע

רעדאַקטירן

די געשיכטע פארציילט איבער א קאליעקער יינגל וואס האט גערודפט און צרות געמאכט בקביעות פון אלץ קינד ביז צו דער עלטער א תמימות'דיגער ייד פון זיין קלאס וואס איז אין זיינע אויגן געוועזן זיין קאנקורענט. ביי איינע פון זיינע אקטן האט ער אוועקגעכאפט זיין פיינטס קינד גלייך נאכ'ן געבוירן, און אים אפגענארט דורך געבן שוחד פאר א דאקטער זאל אים זאגן אז זיין קינד איז געשטארבן. למעשה האט דער שווינדלער געהאדעוועט דאס קינד כאילו ס'וואלט געווען זיינס. ביים ענדע פון די געשיכטע האט זיך ארויסגעוויזן דער אמת, און דאס קינד איז צוריק געגאנגען צו זיין אמת'ן טאטן, און דער שווינדלער האט זיך אומגעקערט צום גלייכן וועג.


וועבלינק

רעדאַקטירן