אַנטיטעאיזם, איז די פילאָסאָפישע שטעלונג וואס איז קעגן טעאיסם/אמונה. דער טערמין האט אַ צאל נאכפאלגן. אין א סעקולארע קאַנטעקסט באציהט זיך עס צו דאס קענגשאפט צו אמונה אין סיי וועלכער גאט.

קעגנשאפט צו רעליגיעזע גלויבונג

רעדאַקטירן

מענטשן וואס באַטראַכטן טהעיסם ווי געפארפול, שעדליך, אדער שטיצנדיג שעדליכע אויפירונג באטיטלען זיך אלץ אַנטיטעאיסטן. קריסטאפער היטשענס (2001) שרייבט:

"איך בין נישט קיין אַטעאיסט אַזוי ווייט ווי איך בין אַן אַנטיטעאיסט; נישט נאר וואס איך באהויפט אז אלע רעליגיעס זענען ווערסיעס פונעם זעלבן ליגן, נאר איך האלט אז דער איינפלוס פון די קירכעס, און די ווירקונג פון רעליגיעזע גלויבונג, איז דורכאויס שעדליך."

אנדערע דעפֿיניציעס פון אַנטיטעאיזם אנטהאלטן די פונעם פראנצויזיש-קאַטוילישער פילאָזאָף דשאק מאריטען (1953), פֿאַר וועמען עס איז "אַן אַקטיווע געראַנגל קעגן אַלס וואָס דערמאנט אונז פון גאָט".