שרויפן-ציער

האנט־געצייג
(אַריבערגעפֿירט פון שרויפנציער)

א שרויפֿן־ציער איז א געצייג וואס מען ניצט צו דרייען—אריינשטעקן אדער ארויסציען—שרויפן. ער קען ארבעטן מיט דער האנט אדער דורך א מאטאר. א טיפישער שרויפן־ציער האט א הענטל און א שטיל, און א שפיץ וואס מען שטעקט אריין אין קאפ פונעם שרויף כדי צו דרייען אים. דעם שטיל מאכט מען פון א הארטן שטאל וואס שטעלט זיך קעגן בייגן און דרייען.

שרויפֿן־ציער מיט א פֿלאכן שפיץ

וועבלינקען רעדאַקטירן

 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: שרויפן-ציער