שלום רוקח
רבי שלום רוקח זצ"ל (ה'תקמ"א - כ"ז אלול ה'תרט"ו; 1781 - 10טן סעפטעמבער 1855), באקאנט אלס "דער שר שלום", אדער "דער ערשטער בעלזער רב זכרונו לברכה".
געבורט |
10 יאנואר 1783 בראָד, אוקראינע |
---|---|
טויט |
10 סעפטעמבער 1855 (אלט 72) בעלז, אוקראינע |
קבורה ארט | בעלז |
פאך | רב |
בן/בת זוג | מלכה רוקח |
רבי שלום איז דער גרינדער פון דער בעלזער דינאסטיע וועלכער איז איינער פון די גרויסע חסידישע הויפן אויף דער וועלט.
לעבנס געשיכטע
רעדאַקטירןיוגנט
רעדאַקטירןרבי שלום איז געבוירן חודש שבט אין יאר ה'תקמ"א אין דער שטאט בראד צו זיין פאטער רבי אלעזר רוקח פון די חכמי הקלויז פון בראד, זון פון רבי משה רוקח, און אייניקל פון רבי אלעזר רוקח פארפאסער פון ספר "מעשה רוקח", און צו זיין מוטער א טאכטער פון רבי יהודה זונדל רמר"ז.
פון זיין פריהען יוגנט האט ער זיך אויסגעצייכנט מיט זיין געוואלדיגע פלייסיגקייט (התמדה) ביים לערנען תורה און זיין גרויס גאט-פארכטיגקייט (יראת שמים).
אלס יונג קינד איז ער פאר'יתום'ט געווארן פון זיין טאטען וועלכער איז יונגערהייט אוועק פון דער וועלט.
ביים פעטער
רעדאַקטירןזיין מאמע האט אים דאן געשיקט צו אירס א ברודער רבי ישכר דוב רמר"ז וועלכער איז געווען פון די חכמי הקלויז און בראד און האט דאן געוואוינט און סקאהל.
דארט איז ער ווייטער געשטיגן אין קענטעניסן פון די תורה.
זיין חתונה
רעדאַקטירןזייענדיג אן אויסגעצייכענטער בחור האט אים זיין פעטער רבי ישכר דוב גענומען פאר א חתן פאר זיין טאכטער מלכה שפעטער באקאנט אלס "די רעבעצין מלכה" אדער "די ערשטע בעלזע רעבעצין", די קעניגליכע מוטער פון בעלזער חסידות.
התקרבות צו חסידות
רעדאַקטירןנאך זיין חתונה איז ער נתקרב (דערנענטערט) געווארן צו רבי שלמה לוצקער פערפאסער פון ספר "דברת שלמה" אדער בעקאנט אלס "דער לוצקער מגיד" וועלכער האט געוואוינט אין סיקאהל און איז געווען פון די אויסדערוועלטע תלמידים פון דעם מעזריטשער מגיד אדער ווי מאנכע רופן אים "דער רבי רבי בער", און פון איהם האט רבי שלום געלערענט די פונדאמענטן פון תורת החסידות און קבלה.
רבי שלום האט געדארפט שטרענג בעהאלטן זיין דערנענטערונג צו חסידות וואס איז דאן נאך נישט געווען ברייט אקצעפטירט ביים ארטיגן יודנטום, אריינרעכענענדיג זיין שווער וואס איז געווען פון די חשובי העדה און וואלט זעהר נישט גענאסען קיין נחת רוח פון דעם אז זיין איידעם זאל זיין א חסיד (כאטש עס ווערט דערציילט אז זיין שווער איז געפארן צו רבי יעקב יצחק הורוויץ דער חוזה פון לובלין האט ער אבער פילייכט געהאלטן אז חסידות איז נאר פאר עלטערע און נישט פאר יונגע לייט).
ביים "חוזה"
רעדאַקטירןכאטש רבי שלום איז נתקרב געווארן צו חסידות דורך רבי שלמה'ן איז אנגענומן אז זיין "רבי מובהק" (פולשטענדיגער לעהרער) איז געווען רבי יעקב יצחק הורוויץ דער חוזה פון לובלין וועלכער איז געווען אנגענומען אלס דער הויפט פירער פון די חסידישע באוועגונג זיינער צייט.
אויף דער עלטער
רעדאַקטירןאויף דער עלטער איז רבי שלום געווארן א סגי נהור.
רבי שלום האט געזאגט אז די ליכט פון זיינע אויגן זענען פארלאשן געווארן צוליב די פיל טרערן וואס ער האט פארגאסן אויף רבי ישראל פרידמאן דער "רוזשינער" ווען דער האט געשמאכטעט אין ארעסט צוליב א מסירה.
אין די חסידישע לעגענדע ווערן דערציילט פיל ערציילונגען וואס לויטען אז ווען רבי שלום האט דוקא געוואלט, האט ער מיט גייסטישע קראפטן געקענט זען אפילו ווען ער איז שוין אפיציעל געווען נישט זעהעוודיג.
זיין הסתלקות
רעדאַקטירןרבנות אין בעלזא
רעדאַקטירןקרוינונג
רעדאַקטירןאין יאר ה'תקע"ז איז רבי שלום געווארען אויפגענומען אלס רב אין דעם שטעטל בעלזא אויפן איניציאטיוו פון זיין רבי'ן "דער חוזה פון לובלין".
עס ווערט דערציילט אז שוין מיט עטליכע יאר פריער האט מען אים געוואלט אויפנעמען אלס רב אין בעלזא, נאר אין די שטעטל האט געוואוינט א חשוב'ער איד מיטן נאמען רבי אהרן וועלכער האט נישט געוואלט געבן זיין צושטימונג דערויף צוליב געוויסע אורזאכן, אזוי אז עס האט נישט געקענט צושטאנד קומען ביז דער רבי אהרן איז נפטר געווארן, דער חוזה פון לובלין הערענדיג דאס האט ער זיך אויסגעדרוקט מיט א מינע פון בדיחות הדעת אז אין די משנה שטייט "אהרן רודף שלום" אין דא איז פארקערט "שלום רודף אהרן"...
פועל ישועות
רעדאַקטירןזייענדיג רב אין בעלזא איז זיין נאמען פערשפרייט געווארען ביים גאנצען אייראפעאישן אידנטום אלס א זעלטענער פועל ישועות ביי וועם מען האט געקענט געהאלפן ווערען מיט אלע ערליי ישועות און רפואות, אויך איז ער געווען בעקאנט אלס איינער וואס פארעט זיך אסאך מיט תיקוני נשמות פון די אנדערע וועלט, און אזוי אויך מיט זיין "רוח הקודש" קענענדיג זעהן זאכן אויסערנאטורליך.
בעזונדער איז ער בעקאנט געווען אלס איינער וואס האט מיט גייסטליכע קראפטן געהיילט אלע סארט קרענק מיט ארויף לייגן זיין פינגער אויף די פלאץ פון די מחלה, אויך האט ער גע'שמ'ט אלס א היילער פון גייסטיש אדער זעהליש קראנקע, ווי אויך פארטרייבן דיבוקים אין שלעכטע גייסטן.
זיינע רבי'ס
רעדאַקטירןרבי שלמה לוצקער
רעדאַקטירןרבי שלום'ס ערשטער לעהרער אין תורת החסידות איז געווען רבי שלמה דער מגיד פון לוצק.
עס ווערט דערציילט אז אין די צייט וואס רבי שלום האט אנגעהויבן לערנען חסידות ביי רבי שלמה'ן אין די שטאט סיקאהל איז חסידות נאך געווען פרעמד פאר דאס רוב אידנטום אין שטאט, און טייל האבן מחרים געווען די וואס זענען געגאנגען אין דעם דרך, אדער זאגאר גערודף'ט.
רבי שלום נישט וועלענדיג אויפטרייסלן זיינע בעקאנטע, און בעזונדער זיין שווער וועלכער איז געווען פון די אנגעזעהענע פון די געמיינדע, איז געקומען אויף א בייפאל אז ער וועט לערנען חסידות ביי רבי שלמה'ן וועהרענד די נאכט שטונדן, כדי צו אויסבעהאלטען זיין אפוועזנהייט דורכאויס די נאכט פון זיין שווער ביי וועמען ער האט זיך אויפגעהאלטן נאך די חתונה, פלעג ער ארויס גיין פון זיין שלאף צימער דורך די פענצטער, אראפ לאזנדיג זיך מיט א שטריק מיט די הילף פון די רעבעצין זיינע, וועלכער האט זיך געהאלטן טריי צו זיין סוד נישט ענטפלעקנדיג דאס פאר קיינעם.
אין די פריהע מארגן שטונדן פלעג רבי שלום זיך אומקערן צו זיין שווער'ס היים, ווי זיין רעבעצין האט אים שוין אפגעווארט ביים פענצטער מיט'ן שטריק דורך וועלכע רבי שלום האט זיך צוריק ארויף געשלעפט צום שלאף צימער, א קורצע צייט דערויף פלעג שוין זיין שווער שטיין ביי זיין בעט שרייענדיג "שוין גענוג געשלאפן"...
דער "חוזה"
רעדאַקטירןדער קאזשניצער מגיד
רעדאַקטירןאפטער רב
רעדאַקטירןדער "שרף" פון סטרעליסק
רעדאַקטירןתלמידים
רעדאַקטירןרבי שמעון יעראסלאווער
רעדאַקטירןרבי שמעון יעראסלאווער איז געווען פון די עלטסטע תלמידים, אויב נישט דער עלטסטער תלמיד, פון דער "שר שלום".
ער איז געווען פון די חשוב'ע תלמידים פון דער "חוזה" פון לובלין, אמאל האט אים דער חוזה געזאגט אז ווער עס וואוינט אינערט צוועלף מייל פון די שטאט בעלזא און פארט נישט צו רבי שלום'ן איז "עתיד ליתן את הדין" דערויף, פון דאמאלט איז רבי שמעון שטענדיג געפארן קיין בעלזא צום "שר שלום", זאגענדיג אז כאטש צווישן בעלזא און יארסלאוו איז דא מער ווי צוועלף מייל וועג צו פארן, אבער ווען מען זאל מעסטן גלייך דורך די לופט ליניע און נישט די געדרייטע וועגן איז דאס ווייניגער, דערפאר מוז ער פארן.
רבי שלום קאמינקער
רעדאַקטירןדער מערסט באקאנטער חסיד פון רבי שלום'ן איז געווען רבי שלום קאמינקער, וועלכער איז געווען א פייערדיגע חסיד זיינער און איז געפארן צו אים זעהר אפט.
די הערצה פון רבי שלום קאמינקער צו זיין רבי'ן דער בעלזער רב איז געווען אויסער ארדענטליך. רבי שלום קאמינקער האט געזאגט: "מיין רבי ווען ער זאגט תורה, זאגט ער נאר אן אכטל פון וואס ער הערט במתיבתא דרקיעא, און מען קען נאר פערשטיין אן אכטל פון זיינע טיפזיניגע כוונות, און איבערזאגן קען איך נאר אן אכטל פון וויפיל איך פערשטיי, און מיינע צוהערערס פערשטייען נאר אן אכטל פון וואס איך זאג איבער...".
דער "דברי חיים"
רעדאַקטירןדער גרעסטער און מערסט בעקאנטער תלמיד פון רבי שלום איז רבי חיים האלבערשטאם באקאנט אלס "צאנזער רב", אדער "דער דברי חיים" פון צאנז.
רבי חיים האט זיך געהאלטן א "תלמיד חבר" פון רבי שלום'ן, און איז געפארן צו אים פיל מאל מיטנעמנדיג זיינע קינדער.
ברעזשאנער רב
רעדאַקטירןרבי שלום מרדכי הכהן שוואדראן בעקאנט אלס "ברעזשאנער רב", ער איז געווען דער גרעסטער פוסק אין גאליציע, און פון די גרעסטע אין די וועלט, זיינער צייט. ער האט פערפאסט דעם ספר שאלות ותשובות "תכלת מרדכי".
רבי שלום מרדכי איז געווען א בעלזער חסיד און תלמיד פון דעם "שר שלום", ער דערמאנט רבי שלום'ן פיל מאל אין זיינע תשובות.
שינאווער רב
רעדאַקטירןרבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם בעקאנט אלס דער "דברי יחזקאל" פון שינאווא, אדער "דער שינאווער רב", זון פון רבי חיים האלבערשטאם פון צאנז.
ער איז נתקרב געווארן צו רבי שלום'ן ביי די נסיעות פון זיין פאטער רבי חיים קיין בעלזא ווי ער פלעג אים מיטצונעמען, און איז געווען א פייערדיגע חסיד פון רבי שלום'ן.
רבי יחזקאל שרגא האט געזאגט: "מיין פאטער איז געווען א 'תלמיד חבר' פון דעם 'שר שלום', איך אבער, בין שוין א ריכטיגע תלמיד און חסיד זיינער".
רבי אורי פון סאמבאר
רעדאַקטירןרבי אורי פון סאמבאר איז געווען פון די חשוב'ע תלמידים פון רבי שלום רוקח, און אויף זיין איניציאטיוו איז ער געווארן א רבי פון חסידים נאך יארן וואס ער האט פראבירט בעהאלטן זיין גאט-דינסט (עבודה) פון די אויגן פון מענטשן.
רבי שלום האט ענטפלעקט אז צוויי מאל האט אליהו הנביא זיך באוויזן צו רבי אורי'ן ווען ער איז געווען אויפ'ן וועג צו בעלזא, נישט וואוסענדיג אז דאס איז אליהו הנביא.
דער "לב שמח" פון אלעסק
רעדאַקטירןרבי חנוך העניך דוב מייער בעקאנט אלס דער "לב שמח" פון אלעסק, וועלכער איז געווען אן איידעם ביי רבי שלום'ן.
ער דערמאנט רבי שלום'ן פיל מאל אין זיין ספר לב שמח מיט גרויס עהרע און פארכט.
רבי שלום האט אויף אים געזאגט ווען ער איז געבוירן געווארן אז ער וועט בעלייכטן די וועלט.
פאמיליע
רעדאַקטירןרבי שלום האט געהייראט מרת מלכה באקאנט אלס "די ערשטע בעלזער רעבעצין" א טאכטער פון זיין פעטער הרב ישכר דוב רומערז רב אין סקאהל. זייערע קינדער:
- הרב אלעזר רוקח (ה'תק"ע (אומגעפער) - י"ט כסלו ה'תרמ"ב), פון בעלזא.
- הרב יהודה זונדל רוקח (ה'תקפ"א (אומגעפער) - ה'תרל"א), פון אוחאן.
- הרב שמואל שמעלקא רוקח
- מרת פריידא די ווייב פון רבי חנוך העניך דוב מייער פון אלעסק, דער "לב שמח"
- מרת איידל די ווייב פון הרב יצחק רובין פון בראד
- הרב משה רוקח (ה'תקע"ה - ב' אייר ה'תרמ"ז), פון קארוב, רב אין מאקראוו
- הרב יהושע רוקח (ה'תקפ"ה - כ"ג שבט ה'תרנ"ד), ממלא מקום פון פאטער, דער "מיטלער בעלזער רב".
פֿריערדיגער: ערשטער |
אדמור"י בעלז "דובר שלום" |
נאָכפֿאלגער: הרב יהושע רוקח זצ"ל אהל יהושע |