שלום עליכם (שרייבער)
שלום עליכם (פּען־נאָמען פֿון שלום נַחומאָוויטש ראַבינאָוויטש) (כ"ו אדר א' ה'תרי"ט - י' אייר ה'תרע"ו) איז געווען אַ שרײַבער, איינער פֿון די באַרימטסטע קלאַסיקער פֿון דער ליטעראַטור אויף ייִדיש. ער האָט געשריבן איבערהויפּט אויף דער ייִדישער שפּראַך, אָבער אויך אויף רוסיש און העברעיִש.
געבורט |
5 מערץ 1859 אוקראינע |
---|---|
טויט |
13 מאי 1916 (אלט 57) ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
מדינה | רוסלענדישע אימפעריע, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
פאך | דראמאטורג, שרייבער |
אונטערשריפט | |
sholemaleichem | |
- דער ארטיקל דיסקוטירט דעם שרייבער פון ראמאנען. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט שלום עליכם (באדייטן).
פֿון זײַנע באוווּסטע ביכער: טבֿיה דער מילכיקער, מנחם מענדל, מאָטל פּייסע דעם חזנס.
ביאָגראפיע
רעדאַקטירןשלום עליכם איז געבוירן אין אוקרײַנע כ"ו אדר א' ה'תרי"ט, צו זײַן פֿאָטער מנחם נחום ראַבינאָוויטש, אַ סוחר, און זײַן מוטער חיה אסתר.
די עלטערן זײַנע זענען געווען פֿרומע חסידישע ייִדן, אָנהענגער פֿונעם רבי ר' דוד פֿון טאַלנע זי"ע.
אויך שלום, זײַענדיק א יונגער בחור, האָט אַ מאָל באַקומען אַ שטרענגן אָנזאָג פֿונעם רבי׳ן, דעם טאלנער מגיד, אַז ער שרײַבט גוט, אָבער אויף צדיקים זאָל ער חלילה קיין מאָל ניט זינדיקן מיטן פֿעדער. און ער האָט טאַקע געהאַלטן וואָרט, און קיין מאָל ניט געשריבן שלעכט וועגן חסידות און רביים.
ער האָט חתונה געהאַט מיט אָלגאַ לאָיעוו און זיי האָבן געהאט זעקס קינדער.
שרײַבער
רעדאַקטירןשלום עליכם האָט אָנגעהויבן שרײַבן אויף ייִדיש אין 1883. סה"כ האָט ער אָנגעשריבן פערציק ביכער אויף ייִדיש. שוין אין 1890 איז ער געווען די צענטראַלע פֿיגור אין דער ייִדישער ליטעראַטור.
שלום עליכם איז פֿון די בעסטע דערצייגער פֿון ייִדישע געשריבענע אַרטיקלען, וואָס האָבן אין זיך אַזאַ סארט לעבהאַפֿט, מיט פֿאַנטאַזיע און הומאָר, וואָס איז דערמיט באגלייט, אַז ס'איז באמת צום באַוואונדערן. דאָס רוב פֿון זײַנע ווערק זענען באַזירט אויף יאָ געלט נישט געלט, דאָס אָרעמע לעבן און שלימזלדיקער מצב פֿונעם גלות–ייִדן אין מזרח–אייראָפּע, דער גלוסט צו ציון און דעם ייִדנס חלום אויף הימל גוטס.
די תוכנ'פולע ארטיקלען זיינע, האבן געשלאגן ווארצלען גאר טיף און זיך פארשפרייט גאר ווייט, טראץ וואס אין זיינע לעבנס טעג האט ער נישט זוכה געווען צו זען די ריכטיגע פירות, איז אבער שפעטער וואס א צייט מער, געווארן היסטאריש באקאנט זיין נאמען, ווען סיי אין אוקריינא און סיי אין מדינת ישראל, ווערן מיט כבוד גערופן הויפט קווארטלען אויף זיין נאמען, שלום עליכם גאס, שלום עליכם הויז, און דאס טראדיציאנאלע שפיל, וואס לויפט שוין אפאר דורות אין די וועלטס טריבונעס, 'דער פידלער אויפן דאך', איז אפשטאמיג פון זיינס א פארשריפט 'טעוויע דער מילכיקער'.
אין יאהר ה'תשנ"ו האט מען אויפגעשטעלט אין תל אביב דאס שלום עליכם הויז אויף זיין נאמען.
אין תשס"ט, לכבוד דעם הונדערט און פופציקסטן יאר זייט זיין געבורט, האט דער כנסת אין מדינת ישראל אפגעהאלטן א יידיש טאג.[1]
שלום עליכם איז נפטר געווארן אין ניו יארק י' אייר ה'תרע"ו.
אייניגע סלאגאנען, פון שלום עליכם אין זיינע מאמרים:
- דאס שוועבל צינד זיך שנעל, אבער לעשט זיך אויך שנעל.
- אז מ'האט ניט קיין פינגער, קאן מען קיין פייג ניט מאכן.
- אז מ'שפילט מיטן קאץ, דארף מען פארנעמען דעם קראץ.
ביבליאגראפיע
רעדאַקטירן- אייזענבאהן-געשיכטעס
- אידישע שרייבער
- אידישע ראמאנען
- אין שטורם
- אלט-ניי כתרילעווקע
- ארעמע און פרייליכע
- בלאנדזשענדיקע שטערן
- גאנץ טביה דער מילכיגער
- דראמאטישע שריפטען
- זומער-לעבען
- יוגענד-ראמאנען
- יוסילע סאלאוויי. א אידישער ראמאן
- לכבוד יום טוב
- מאטל פייסע דעם חזנס
- מאָנאָלאָגען
- מנחם מענדעל
- מעשיות און פאנטאזיעס
- מעשיות פאר אידישע קינדער
- פונעם יאריד
- פון כתרילעווקע
- פון צוויי וועלטען
- פון פסח ביז פסח
- קאמעדיעס
- קליינע מענשעלעך מיט קליינע השגות
זעט אויך
רעדאַקטירןביכער און פילמען איבער אים און זיינע ווערק
רעדאַקטירןייִדיש
רעדאַקטירן- מענשלאַך און סצענעס, זעכצן צייכענונגען צו שלום-עליכמס לעצטער ווערק: "מאטל פייסי דעם חזנס יונגל", באַלייט-ווארט פון בעל מחשבות, כלל פארלאג, בערלין, תרפ"ג. (50 עקז' געדרוקט מיט ספּעציעהלע פּאפּיהר געבונדן אין לעהדער)
- דאס שלום עליכם בוך, רעדאקטיהרט דאָרעך זײַן איידעם י.ד. בערקאוויטש, שלום-עליכם בוך קאמיטעט, נו יארק, תרפ"ו, 382 ז'.
- טעוויע, שווארץ-און-ווײַס פילם, נו יארק, 1939.
- אונדזערע ראשונים, זכרונות-דערציילונגען וועגן שלום-עליכם און זיין דור, י. ד. בערקאוויטש, המנורה, ה'תשכ"ו. פינעף בענדער.
- שלום-עליכם אין אמעריקע: די געשיכטע פון א קולטור-העלד, ייווא, 1990. (יודיש און עהנגליש)
העברעיִש
רעדאַקטירן- הצד האפל בצחוקו של שלום עליכם, דן מירון, עם עובד, תל אביב, ה'תשס"ד, 320 ז'.
עננגליש
רעדאַקטירן- The World of Sholom Aleichem , Maurice Samuel, NY, 1943
- פידלער אויפן דאך
- Sholem Aleichem: Laughing in the Darkness,
וועבלינקען
רעדאַקטירן- אלע ווערק פון שלום עליכם
- אלע ווערק פון שלום עליכם פֿונעם ײדיש-ביכער צענטער
- וועלוול טשערנין, ביידיש זה נשמע יותר טוב, ביי ynet, 8טן מיי 2009 (אויף העברעיש)
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ מעריב נייעס, archived from the original on 2009-05-27, https://web.archive.org/web/20090527091937/http://www.nrg.co.il/online/1/ART1/894/879.html, דערגרייכט 2009-05-26