עפענען הויפטמעניו

שטוביקונג איז אן ענדערונג וואס פאסירט ביי ווילדע בעלי חיים און פלאנצן, ווען מענטשן האלטן זיי פאר א לענגערער צײַט.

ווען מענטשן נעמן ווילדע בעלי חיים און פלאנצן און האלטן זיי און האדעווען זיי, אין דער לויף פון דער צייט קענען זיך די בעלי חיים און פלאנצן ענדערן זיך. די בעלי חיים און פלאנצן ווערן אפהענגיק אין די מענטשן וואס האלטן זיי, און מעגלעך קענען זיי ענדערן זיך אין וועגן וואס טויגן פאר מענטשנהייט. די ענדערונג, וואס מען רופט שטוביקונג, פאסירט ווען מענטשן קלויבן אויס וועלכע בעלי חיים זאלן זיך פלאדזשען צו שאפן דעם נעקסטן דור. ביאלאגן רופן דעם פראצעס געקינצלטער אפקלייב.

די ערשטע שטוביקונג האט פאסירט ווען מ'האט אנגעהויבן לאנדווירטשאפט. צוערשט האבן מענטשן געשטוביקט הינט]. נאכן אנהייב פון לאנדווירטשאפט, האבן מענטשן געשטוביקט שא, און ציגו, און שפעטער פיך און חזירים.

געשטוביקט פלאנצן זענען גערעטענישן און צירפלאנצן. מענטשן ניצן געשטוביקטע בעלי חיים פאר עסן, באקליידונג און צו ארבעטן. אויך טוט מען האלטן געשטוביקטע בעלי חיים ווי גלעטלינגען.

געשטוביקטע בעלי חייםרעדאַקטירן


וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: שטוביקונג