שאך (שפיל)

(אַריבערגעפֿירט פון שחמט)

שאך (אדער שאך מאַט) איז זייער אן אלטע סטראטעגיע טאוול טיש שפיל פאר צוויי מענטשן, וואס מען שפילט אויף א קעסטלדיקן טאוול מיט 64 קוואַדראַטן אויסגעלייגט אין 8 ליניעס און 8 זיילן; יעדע צווייטע קעסטל איז שווארץ אדער ווייס. אין שאך איז קיין אינפארמאציע נישט באהאלטן. ביידע שפילער הייבן אן מיט 16 חלקים, איינער שווארצע און איינער ווייסע: איין קעניג, איין מלכה, צוויי טורעמס, צוויי לויפערס, צוויי פערד און אכט סאלדאטן. יעדער סארט חלק ווערט באוועגט אנדערש. דער מעכטיגסטער חלק איז די מלכה און דער שוואכסטער דער סאלדאט.

די ציל פון דער שפיל איז צו שאפן שאכמאט‏[1] יענעמ׳ס קעניג דורך שאפן א מצב וואו ער האט נישט וואו אהין אוועקצוגיין ווען מען סטראשעט צו כאפן אים. כדי צו דערגרייכן דעם ציל ניצט א שפילער זיינע חלקים צו אטאקירן און פֿאנגען דעם קעגנער׳ס חלקים. בשעת דעם שפיל טוט מען צומאל ״טוישן״ חלקים מיטן קעגנער מתוך פרובירן זיך אריינשטעלן אין א בעסערן מצב. אחוץ מאכן שאכמאט, קען מען געוואונען ווען יענער רעזיגנירט אדער, ביי אן אפיציעלן שאך פארמעסט מיט זייגערס ווען יענער שפילט נישט זיין שפיל צו דער צייט. אויך איז מעגלעך אז קיינער זיגט נישט, דאס ווערט גערופן ״פאַט״.

דער ערשטער ברייט-אנערקענטער שאך-וועלטמייסטער, ווילהעלם שטייניץ, האט באקומען זיין טיטל אין 1886. זייט 1948 איז די וועלטמייסטערשאפט רעגולירט דורך פֿיד״ע. פֿיד״ע גיט טיטלען צו גוטע שאך-שפילער; דער העכסטער טיטל איז גרויסמייסטער.

שאך ווערט געשפילט דורך מיליאנען מענטשן איבער דער גארער וועלט.

זייט דעם צווייטן העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט טוט מען פראגראַמירן שאַכפראגראַמען וואָס שפילן מיט וואס מער דערפֿאלג, ביז דעם פונקט וואו די בעסטע פראגראמען שפילן נאך בעסער ווי די בעסטע מענטשלעכע שאַכשפילער. פון די 199ער יארן האט שאך־אַנאַליז שיין בייגעשטייערט צו שאך־טעאריע, בפרט וועגן דעם סוף־שפיל. דער IBM קאמפיוטער דיפ בלו איז געווען די ערשטע מאַשין וואָס האט געזיגט א וועלט שאכמייסטער ווען זי האט געזיגט גאַרי קאַספאַראוו אין 1997.

מ׳האלט אז שאך שטאמט פון דער אינדישער שפיל טשאטוראנגא איידער דעם 7טן יארהונדערט. שאך איז געקומען אין אייראפע אינעם 9טן יארהונדערט דורך דעם איינעמען פון שפאניע דורך די אומאיאדן. די מאדערנע שפיל איז פון שפאניע אינעם 15טן יארהונדערט, און די מאדערנע שפיל-כללים האט מען סטאנדארדיזירט אינעם 19טן יארהונדערט.

די ראשונים פלעגן דאס אנרופן "משחק השקאקיא". עס איז פאראן א פאעטישער פיוט פונעם חוקר ר' אברהם בן מאיר בן עזרא, בעל אבן עזרא איבער דעם שאך שפיל.

היסטאריע

רעדאַקטירן

פונקטלעך ווען די שפיל איז פארפאסט געווארען איז נישט באוואוסט אבער רוב היסטאריקער האלט אז מען האט געשפילט שאך צום ערשטן מאל אין צפון אינדיע געגנט אין דער תקופה פון דער גופטא אימפעריע אינעם 6טן יארהונדערט. דער שפיל האט אנגעהויבען צובאקומען איר באוויסטהייט אין אייראפע אונם אכטצען יאר הונדערט נאכדעם וואס די מארינס פון פרס האבן אינוואדירט שפאניע.

גרונטלעכע באגריפן אין שאך

רעדאַקטירן
חזוהדגבא
8
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
8
77
66
55
44
33
22
11
חזוהדגבא
מצב ביים אנהייב פון א שאך שפיל

דער שאך טאוול איז צעטיילט אין 64 קעסטלעך, אין אכט רייען נומערירט פון 1 ביז 8 און אכט זיילן באצייכענט א' ביז ח', אדער a ביז h (פון לינקס אויף רעכטס), קאלירט מיט די קאלירן שווארץ און ווייס לסירוגין (אדער אין אלגעמיין, א העלער קאליר און א טונקלער קאליר) - אלע פיר שכנים פון א ווייס קעסטל זענען שווארצע קעסטלעך און אזוי אויך פארקערט. דעם טאוול שטעלט מען כדי דאס רעכטע קעסטל אין דער ערשטער רייע נאנט צו יעדן שפילער איז ווייס.

לייגן די מענטשלעך

רעדאַקטירן

מען לייגט די מענטשלעך אויפן טאוול אזוי: אין דער ערשטער רייע נאנט צו יעדן שפילער, פון דרויסן אריין:

  • 2 ראכן (טורעמען) אויף די ווינקל קעסטלעך,
  • דערנאך 2 לויפערס,
  • לאחר מכן 2 פערד (ריטערס),
  • אין די צוויי מיטעלע איבעריגע קעסטלעך: די קעניגין אין זייל ד', און דער קעניג אין זייל ה', דער סימן איז "קעניגין אויף איר קאליר" - די ווייסע קעניגין אויף א ווייס קעסטל און די שווארצע קעניגין אויף א שווארץ קעסטל (זעט אין בילד).

אין דער צווייטער רייע פון יעדער זייט (רייעס 2 און 7) לייגט מען די פיאנען (סאלדאטן) פון עק צו עק (אויף אלע אכט קעסטלעך).

באוועגונג

רעדאַקטירן

ערשט דארף מען באשטימען וועלכער שפילער זאל שפילן ווייס און וועלכער שווארץ. אין פארמעסטן טוט דער ארגאניזירער באשליסן; אין פריוואטע שפילן מאכט מען א גורל, למשל, ווארפֿן א מטבע, אדער איינער באהאלט אין זיינע הענט א ווייסן פיאן און א שווארצן פיאן און זיין קעגנער קלויבט אויס א האנט. דער ערשטער וואס שפילט איז אלעמאל ווייס, און דערנאך שפילט יעדער איינער כסדר, באוועגנדיק איין מענטשל (אחוץ פון ראכירן, ווען מען באוועגט צוויי מענטשעלעך, דעם קעניג און א ראך). מען באוועגט א מענטשל אדער אויף א ליידיג קעסטל, אדער אויף א קעסטל וואס א קעגנדיגן מענטשל, וואס מען כאפט און נעמט אראפ פון טאוול. אחוץ איין אויסנאם ״ביים דורכגייען״, אלע מענטשעלעך כאפן ווען מען באוועגט זיי צום קעסטל וואס האלט א קעגנדיק מענטשל.

באוועגן א מענטשל איז פליכטבאר, אויך ווען עס ברענגט צו פֿארערגערן דעם שפילער׳ס מצב (״צוגצוואנג״). א באוועגונג איז אומלעגאל ווען זי ברענגט אז דער קעניג וועט זיין אין א מצב פון ״שאַך״. טאמער איינער האט נישט קיין לעגאלע באוועגונג, איז ער אדער שאכמאט (פארשפילט) ווען דער קעניג איז שוין געווען אין א מצב פון שאך, אדער פאַט (א רעמי) ווען ער איז נישט געווען אין שאך.

יעדע מענטשל האט זיין אייגענעם וועג וויאזוי צו באוועגן. אין די דיאגראמעס, די פינטלעך באדייטן די קעסטלעך וואו אהין דאס מענטשל קען ווערן באוועגט, בתנאי אז אינצווישן געפינט זיך נישט קיין מענטשל פון נארוועלכן קאלי (אחוץ דער שפרינגער, וואס היפט איבער אנדערע מענשעלעך).

באוועגונגען פונעם קעניג
חזוהדגבא
8
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
8
77
66
55
44
33
22
11
חזוהדגבא

באוועגונגען פון א טורעם
חזוהדגבא
8
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
8
77
66
55
44
33
22
11
חזוהדגבא

באווענגונגן פון א לויפֿער
חזוהדגבא
8
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
8
77
66
55
44
33
22
11
חזוהדגבא


באווענגונגן פון דער קעניגין
חזוהדגבא
8
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
8
77
66
55
44
33
22
11
חזוהדגבא

באווענגונגן פון א שפרינגער
חזוהדגבא
8
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
8
77
66
55
44
33
22
11
חזוהדגבא

באוועגונגען פון א פיאן
חזוהדגבא
8
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
8
77
66
55
44
33
22
11
חזוהדגבא


  • דער קעניג גייט איין קעסטל אין נארוועלכער ריכטונג. דער קעניג האט אויך א באזונדערע באוועגונג גערופֿן [[שאך (שפיל)#ראכירן|]] ווען מען באוועגט אין דער זעלבן גאנג אויך א ראך (טורעם).
  • א ראך גייט איין אדער מער קעסטלעך לענגאויס א רייע אדער א זייל; ער קען אבער נישט איבערהיפן אנדערע מענטשעלעך. צוזאמען מיטן קעניג נעט דער ראך א טייל אין ראכירן.
  • א לויפער גייט איין אדער מער קעסטלעך אויף א דיאגאנאל; ער קען אבער נישט איבערהיפן אנדערע מענטשעלעך.
  • א קעניגין קאמבינירט די קראפט פון א ראך און א לויפער צוזאמען, און גייט איין אדער מער קעסטלעך סיי אויף א רייע, סיי אויף א זייל, סיי אויף א דיאגאנאל; זי קען אבער נישט איבערהיפן אנדערע מענטשעלעך
  • א שפרינגער צו איינעם פון די נענטסטע קעסטלעך וואס זענען נישט אויף קיין רייע, זייל אדער דיאגאנאל. (די באוועגונג האט די פֿארעם פון א לאַנגן "ך": צווי קעסטלעך ארויף/אראפ און איין קעסטל קווער, אדער צוויי קעסטלעך קווער און איין קעסטל ארויף אדער אראפ.) דער שפרינגער איז דאס איינציגע מענטשל וואס קען איבערהיפן אנדערע מענטשעלעך.
  • א פיאן גייט פֿאראויס איין קעסטל אויף דעם זעלבן זייל, וואס איז ליידיג, אדער, ביי זיין ערשטער באוועגונג (פון דער צווייטער רייע), קען ער אוואנסירן צוויי קעסטלעך אויפן זעלבן זייל בתנאי ביידע זענען ליידיג (ווייסע פינטלעך אין דעם דיאגראם); אדער קען א פיאן כאפן א קעגנער׳ס מענטשל וואס ליגט אויף א קעסטל דיאגאנאל פון פארנט אויף א לעבנדיגן זייל, און באוועגט זיך צו יענעם קעסטל (געצייכענט מיט ווייסע "x"ו). א פיאן האט אויך צוויי באזונדערע באוועגונגען: די אן פאסאנט כאפונג און פראמאווירונג.

ספעציעלע גאנגען

רעדאַקטירן

עס זענען דא ספעציעלע גאנגען אין דעם שפיל.

  • ען פאסאנט, דאס איז ווען א סאלדאט שטייט אין א קעסטל די פערטע רייע פון קעגנער און די קעגנער ברענגט ארויס זיינס א סאלדאט וואס ווען ער ברענגט דאס איין טריט קען מען אים אראפנעמען, גייט ער און ער ברענגט דאס צוויי טריט, דאן אויף יענער גאנג קען ער דאס אראפנעמען אזוי ווי ער וואלט נאר געגאנגן איין טריט.
  • גאפל (FORK), דאס איז ווען מען סטראשעט צוויי שטיקלעך אויף איינמאל פון קעגנער אין אזא וועג אז ער קען גארנישט טאן, למשל אז איינס פון די וואס ווערן געסטראשעט איז די קעניג און דער שטיקל וואס סטראשעט איז באשיצט, און עס סטראשעט נאך א שטיקל ווי למשל די מלכה, דאן הייסט דאס א גאפל ווייל דער קעגנער קען זיכער פארלירן די מלכה (חוץ אויב די שפילער האט אנדערע חשבונות).
  • אראפשטעלן (PIN), דאס איז ווען מען סטראשעט א שטיקל וואס אויב דער קעגנער וועט ריקען דעם שטיקל וועט א שטיקעל וואס איז מער ווערט אראפגענומען ווערן. ווי למשל אויב א פערדל איז אין די זעלבע רייע פון די קעניג, און די מלכה צילט אויפן זעלבן רייע, דאן איז די פערדל אראפגעשטעלט.

ווערט פון די שטיקלעך

רעדאַקטירן

עס איז דא אומאפציעלע פונקטן פאר א יעדע שטיקל, וואס לויט דעם קען מען בויען א סטראטעגיע וואס לוינט זיך פארלירן פארוואס.

  • א סאלדאט איז ווערט 1 פונקט
  • א טורעם 5 פונקטן
  • א לויפער 3 פונקטן (נישט אלעמאל איז די לויפער און פערדל ווערט די זעלבע ווענדט זיך ווי אזוי די שפיל האלט)
  • א פערדל 3 פונקטן (נישט אלעמאל איז די לויפער און פערדל ווערט די זעלבע ווענדט זיך ווי אזוי די שפיל האלט)
  • א קעניגין 10 פונקטן

דער קעניג האט נישט קיין נומער וויבאלד די שפיל ענדיגט זיך אהן אים.

לויט דעם חשבון קומט אויס אז אויב פארלירט איינער א טורעם מיט א פערדל און א לויפער פאר די קעגנערס מלכה, האט דער וואס האט פארלוירן די מלכה מער ווערטפולע שטיקלאך. אויך צו פארלירן ביידע טורעמעס פאר יענעם'ס מלכה איז די זעלבע זאך ווי פארלירן די מלכה. פארשטייט זיך אז דאס אלעס ווענדט זיך לויט די כשרונות פון די שפילערס.

באוואוסטע שפילער

רעדאַקטירן

יידן האבן זיך שטארק אינטערעסירט אין שאך און עס זענען פאראן א סך יידישע גרויסמייסטער. צווישן זיי דארף מען דערמאנען די וועלט מייסטער ווילהעלם שטייניץ, עמנואל לאסקער, מיכאל באטוויניק, מיכאיל טל אן לאסלא סאבא. אנדערע אויסגעצייכנטע יידישע שאכשפילער זענען מיגל ניידורף, לאנגע יארן דער ארגענטינער מייסטער, שמואל רעשעווסקי, א פרומער ייד שומר מצוות און אן אמעריקאנער גרויסמייסטער, און די גרעסטע שאכשפילערין אין דער וועלט, יהודית פאלגאר.

שאך און די אידן

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. דאס ווארט "שאכמאט" שטאמט פון פערסיש שח מת ("דער קעניג איז טויט").