פארוואס דארף מען שרייבן א רשימה פון אלע אייניקלעך? די וואס זענען מערקווערדיק זאל מען שרייבן, אבער אנדערע געהערן נישט דא אין דעם ארטיקל. --פוילישער 21:41, 3 סעפטעמבער 2017 (UTC)

א גוטן אווענט ר' פוילישער. ערשטנ'ס יישר כח פאר נישט אויסמעקן גלייך וואס כ'האב צוגעלייגט (גלייב מיר איך האב שווער געארבעט דערויף, און ווען איך שרייב אן ארטיקל, אדער לייג איך אריין איינצלהייטן און אינהאלט, מאך איך זיכער אז ס'איז זאל אויסזעהן שיין און אנגעפילט מיט א רייכן אינהאלט, און אויך מאך איך זיכער נישט צו שרייבן אן ארטיקל וואס באשטייט פון צוויי שורות און פארטיג וואס איך רוף "אבי צו שרייבן") און ישר כח פאר דאס דורכרעדן מיט מיר. איך טו עס זייער שטארק אנערקענען.
דער זאך איז אזוי, איך האלט אז וויבאלד א גרויסע צאל פון רבי שלום'ס אייניקלעך האבן אויפגאבעס פון רבנים, דיינים א.א.וו, און טייל פון זיי אפילו פירן שוין א רעביסטווע, זענען זיי אומבאדינגט און אהן קיין שום צווייפל מערקווערדיג, און אויסער דעם, אפילו די מינדערהייט פון די אייניקלעך וואס האבן נישט קיין עמטליכע אויפגאבע פארעכענען זיך אלס "מערקווערדיג" צוליב זייערע שידוכים מיט אזעלכע וואס טראגען אויכעט א רייכן יחוס. (א זאך וואס איז פאר זיך אליין אינטערעסאנט)
פון דער אנדערער זייט איך פארשטיי דיין טענה אויכעט, און איך וועל פראבירן צו מינערן דער ליסטע, און אראפנעמען אינפארמאציע וואס איז א ביסל ווייניגער וויכטיג.
--Davidik500‏ 3:23, 4 סעפטעמבער 2017 (UTC)
א ייש״כ --פוילישער 06:46, 4 סעפטעמבער 2017 (UTC)
צוריק צו "שלום קרויז" בלאט.