רעדן:ישיבה מרכז הרב שחיטה

רציחה אטענעט אדער שחיטה? רעדאַקטירן

איז "רציחה" א פאסיקער נאמען? איך מיין אז עס איז מער פאסיק דאס רופן "טעראר אטאקע אין מרכז הרב". ►רוני◄ 00:03, 11 מארץ 2008 (UTC)

אין ענגלישן וויקי רופט מען דאס פשוט די מרכז הרב שחיטה, עס מאכט דאס מערסטע פשט--יודל 03:19, 12 מארץ 2008 (UTC)
עס זיינען געווען אזוי פיל אטענטאטן אז מען דארף זוכן א שטענדיקע פארווארט פאר אלע אזוי ווי ביי דער העברעישער וויקיפעדיע זע דא. ►רוני◄ 04:08, 12 מארץ 2008 (UTC)
פיגוע מיינט נישט קיין אטענטאט. דאס איז אן טעראר אטאקע דא שרייבט מען שחיטה ווייל דאס איז נישט קיין פיגוע נאר א פשוטער אויסשיסן. א דאנק--יודל 04:09, 12 מארץ 2008 (UTC)
א פשוטער אויסשיסן איז טאקע אטענטאט (התנקשות) און נישט טעראר אטאקע. ►רוני◄ 04:29, 12 מארץ 2008 (UTC)
פיגוע מיינט פשוט און פראסט א אטאקע נישט קיין חילוק צו איין טויטער צו נישט. דער היברו וויקיפעדיע רופט דאס אן מרכז הרב אטאקע דורך נוצן די ווארט פיגוע. אטענטאט איז עפעס גאר אנדערשט. דאס איז א דערשיסונג פון איינעם אינמיטן גאס דורך די פאליטישע רעגירונג אדער אינטערעסן. א דערשיסונג פון מערערע איז א שחיטה קוק אריין אין די אנדערע וויקיפעדיע שפראכן און אויך אין אידישן וויקיפעדיע ביי ענדליכע אינצידיענטן ווי די קאלאמביין שחיטה אפילו די היברו וויקיפעדיע רופט דאס אן אדער טבח וואס איז שחיטה אין אידיש אדער פיגוע וואס איז אטאקע אבער זיכער נישט אטענטאט--יודל 11:12, 12 מארץ 2008 (UTC)
צוריק צו "ישיבה מרכז הרב שחיטה" בלאט.