רעדן:יהושע העשיל וואלהענדלער

תגובה אחרונה: פֿאַר 9 יאָר מאת פוילישער

דאס איז נישט קיין ענציקלאפעדישער ארטיקל. --פוילישער 00:13, 8 דעצעמבער 2014 (UTC)ענטפֿער

פארוואס?(Alefbeis (רעדן) 01:40, 8 דעצעמבער 2014 (UTC))ענטפֿער
אזוי ווי דער ארטיקל ביי דער ענגליש וויקיפעדיע איז נישט ענציקלאפעדיש, און מען האט אים אויסגעמעקט. דער ארטיקל דארף זיין געשריבן מיט עפעס א ביאגראפיע, און מיט וואס דער מענטש איז מערקווירדיג. זייט אזוי גוט און ליינט אנדערע ביאגראפיעס. זעט אויך װיקיפּעדיע:ביאגראפיעס פון לעבעדיגע פערזענליכקייטן. --פוילישער 18:30, 8 דעצעמבער 2014 (UTC)ענטפֿער
הרב פוילישער: ער איז אהן קיין ספק "געווען" (ער לעהבט שוין נישט) אן איינפלוסרייכער פיגור אין די יודיש חסידישע רבנישע וועלט, בפרט אין עניני אישות.
זעהט דא בלויז איין ביישפיל וואס זיינס א פסק האט געקענט אנמאכן http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?topic_id=2335089&forum_id=7957. און אז די ענגלישע וויקיפעדיע טוהט כסדר די אוממענטשליכע אידיאטישע שריט פון מעקן ארטיקלען אהן אויפהער, מיינט נישט אז מיר דא ברויכן עס נאכטוהן.
איך האף זייער אז איהר וועט אנהייבן זיין קלוגער פון דעם. ציגרעטל (רעדן) 03:40, 9 דעצעמבער 2014 (UTC)ענטפֿער
זייט מוחל, אבער איך הייב נישט אן קיין דיסקוסיע וועגן אים. איך באמערק נאר אז ערשטנס, דאס איז בכלל נישט געשריבן ענציקלאפעדיש, און צווייטנס, דער ארטיקל מוז באווייזן זיין מערקווירדיקייט. עס ליגט נישט אויף מיר די פליכט צו זיין קליג—דער שרייבער מוז באווייזן אין דעם ארטיקל אז ער געהערט דא. איר האלט נישט אזוי? --פוילישער 19:41, 9 דעצעמבער 2014 (UTC)ענטפֿער
איך האלט נישט אזוי.
איך נעם אהן אז המוציא מחבירו עליו הראיה, דאס מיינט דא אז ווער עס וויל מעקן דער ברויך ברענגען א באווייז אז עס איז נישט מערקווירדיג און דערפאר מעהג ער עס אויסמעקן.
און בכלל איז נישט מענטשליך צו פארמעקן א צווייטנס ארבעט אהן א גאר גוטע אורזאך דערפאר. דאס איז חוץ וואס עס פארטרייבט מענטשן אויב דארף מען שטיין אויף דער וואך ביי יעדן צווייטן ארטיקל און זיך פארטיידיגן א גאנצן טאג.
די שיינקייט פון וויקיפעדיע איז אז "יעדער" קען באשטייערן. ציגרעטל (רעדן) 12:48, 10 דעצעמבער 2014 (UTC)ענטפֿער
איר שאפט נייע כללים. אויף וויקיפעדיע איז שטענדיג געווען דער כלל אז אן ארטיקל וועגן א מענטש ווערט געשריבן נאר ווען ער איז מערקווירדיג. די פליכט ליגט אויף די וואס וויל האלטן דעם ארטיק צו באווייזן. ס'איז אלעמאל געווען אזוי.
אין דעם פאל איז דא נאך א סיבה, אז דער גאנצער ארטיקל איז בכלל נישט קיין ארטיקל. איך זע נישט אפילו איין גאנצן פאראגראף. נאר עטלעכע ווערטער צוזאמענגעשטעלט. --פוילישער 23:35, 10 דעצעמבער 2014 (UTC)ענטפֿער
עס איז דא וואס צו שרייבן גיב צייט לאז אנדערע זעהן און צושרייבען

נאר די אמת איז אז איז אז מען דארף עס קודם שרייבען אין די זאמדקעסטעל ואיתך הסליחה.(Alefbeis (רעדן) 02:13, 11 דעצעמבער 2014 (UTC))ענטפֿער

1. א בעל מחבר און באקאנטער רב איז אוטומאטיש מערקווידיג 2. זעה איך אז איר האט עס נישט געמעקט 3. עס איז נישט אנדערש ווי אנדערע אידישע ארטיקלען ווי צום ביישפיל יחיאל יצחק גליק. (Alefbeis (רעדן) 02:27, 11 דעצעמבער 2014 (UTC))ענטפֿער

יעצט רעדט איר צו דער זאך. טאמער איר ווילט וועל איך אריבערפירן דעם ארטיקל אין אייער זאמדקאסטן. --פוילישער 23:36, 11 דעצעמבער 2014 (UTC)ענטפֿער
צוריק צו "יהושע העשיל וואלהענדלער" בלאט.