חתן מאל איז נישט קיין רבישער מנהג נאר א מנהג וואס ביז חורבן אייראפע איז געווען ברייט אנגענומען ביים המון עם. נאר היינט ווען א סך מנהגים זענען אוועקגעפאלן איז געבליבן דער מנהג נאר אין טייל רבישע הויפן. --פוילישער 22:48, 12 נאוועמבער 2017 (UTC)

היינט צו טאגס איז דאס א ריינער רעבישער מנהג, דו וועסט נישט טרעפן אין ערגעץ נישט אין קיין איין חסידות א געהעריגע פשוט'ע חסידישע משפחה וואו מען מאכט חתן מאהל. אפשר פארן חורבן איז דאס געווען ברייט אנגענומען ביים עולם אויך און נישט נאר ביי די רבי'ס. עכ"פ וועל איך דאס ענדערן צו א "חסידישער מנהג" אבער פארשטייט זיך אז איך וועל באטאנען אז היינט צו טאגס דער מנהג איז רעביש.

Davidik500.

איך האב עס געענדערט פון א רעבישן מנהג צו א חסידישן, און צוגעלייגט אין קרייזלעך אז פארן חורבן איז דאס געווען פארשפרייט אויכעט ביים המון עם. דאך ס'איז וויכטיג אז דו זאלסט פארשטיין אז היינט ביי פשוט'ע משפחות פירט מען זיך נישט אזוי און אפילו ביי סקווערער אדער טשערנאבעלער משפחות וואו די רבי'ס אין זייער משפחה זענען גאר מקפיד אויפן מנהג, אז ס'איז באוואוסט אז הרה"ק רבי יעקב יוסף טווערסקי מסקווירא זיע"א האט געזאגט פאר זיין איידעם יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ מאנסי שליט"א לרפו"ש אז אויב דער אנדערער זייט איז נישט מסכים צו מאכן א חתן מאהל, מעג מען אפזאגן דעם שידוך אפילו א נאכט פאר דער חתונה! און פארוואס שאפסט דו א באזונדערן בלאט פארן שמועס אנשטאט צו נוצן דעם שמועס בלאט פונעם ארטיקל אליין?

Davidik500

איך פארשטיי נישט וואס דו רעדסט. דאס איז דאך דער שמועס בלאט פונעם ארטיקל אליין. --פוילישער 10:21, 13 נאוועמבער 2017 (UTC)


אנטשולדיגט, ביסט גערעכט. כ'האב נאר יעצט געזעהן. פשוט ווען כ'האב געדריקט אויף "שמועס", ס'איז האט מיר געוויזן כאילו ס'איז ליידיג אהן קיין סיי וועלכע געשפרעך. מסתמא עפעס א געוויסער דורכפאל אויף ענדרויד.

Davidik

אין חב"ד חסידות נעמט מען נישט אריין די כלה רעדאַקטירן

אין חב"ד חסידות נעמט מען נישט אריין די כלה. דער לעצטער אדמו"ר חב"ד האט געפייערט "חתן מ'", צוזאמען מיט אדמו"ר הריי"צ, און בחורי ישיבה, אבער אן די כלה. "בשעה 8 בערב,התקיימה סעודת "חתן מאהל" (סעודה שנוהגים לעשות לפני החתונה) עבור תלמידי ישיבת תומכי תמימים. לסעודה באו: הרבי (החתן), כל המחותנים, ורבים מאנ"ש. באמצע הסעודה, אמר הרבי מאמר חסידות "וכל בניך לימודי ה' ". לאחר הסעודה שנמשכה עד אחרי חצות הלילה, ביקש הרבי הריי"ץ לרקוד עם ה"תמימים", תלמידי הישיבה הגדולה. הם עשו עיגול גדול ובתוכו רקד הרבי הריי"ץ שעה ארוכה..."

עטלעכע זען דעם מאָלצייַט ווי "סעודת סבלונות" רעדאַקטירן

עטלעכע זען דעם מאָלצייַט ווי "סעודת סבלונות" "וכן כתב הריב"ש סימן ר"ס דלא כב"י ד"ה ומ"ש רבינו לאכול וכתב ר"מ מינץ סימן ק"ט הגהות אות מג דסעודת סבלונות שעושין באשכנז בלילה שקודם התופה שהחתן משלח סבלונות קודם אכילה אע"פ שעדיין לא נתארסה מקרי סעודת מצוה עכ"ל ובמדינות אלו ששולחין סבלונות זמן רב קודם החתונה ועושין סעודה שקורין סעודת קנין צריך עיון אי מקרי סעודת מצוה ונראה לי דמקרי סעודת מצוה עכ"ל"

צוריק צו "חתן מאהל" בלאט.