ראדזשער הארגריווס

ענגלישער קינדער שרייבער און אילוסטראטאר
(אַריבערגעפֿירט פון ראדזשער הארגריווז)

טשאַרלס ראָדזשער האַרגריווס (ענגליש: Charles Roger Hargreaves; ‏9טן מיי 1935 - 11טן סעפטעמבער 1988) איז געווען אַן ענגלישער קינדער ביכער שרייבער און אילוסטראַטאָר וואָס ווערט בעסטנס געדענקט פֿאַר זיינע "מ"ר מענער" און "קליינע פּאַניעס" סעריעס פֿאַר יונגע קינדער. די פּשוטע און הומאָריסטישע געשיכטעס מיט העלע קאָלירטע און אַקצענטירטע אילוסטראַציעס זענען געוואָרן אַ טייל פֿון פּאָפּ קולטור זינט 1971, מיט העכער 85 מיליאָן קאָפּיעס פֿאַרקויפֿט איבער די וועלט אויף 20 שפּראַכן.

ראדזשער הארגריווס
Roger Hargreaves
קיין פריי בילד
געבורט 9 מאי 1935
פאראייניגטע קעניגרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 11 סעפטעמבער 1988 (אלט 53)
פאראייניגטע קעניגרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניגטע קעניגרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
www.mrmen.com
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

לעבן רעדאַקטירן

געבורט רעדאַקטירן

טשאַרלס ראָדזשער האַרגריווס איז געבוירן געוואָרן אין אַ פּריוואַטן שפּיטאַל ביי 201 באַט רויד, קלעקהיטאָן, מערב יאָרקשיר דעם 9טן מיי 1935 צו אַלפֿרעד רעדזשינאַלד און עטעל מערי האַרגריווס. ער איז דערצויגן געוואָרן ביי 703 האַליפֿאַקס רויד, האַרטשעד מור, קלעקהיטאָן. איצט איז דאָ אַ ספּעציעלע ברעטל פֿאַר אים אויסער דאָס הויז.

ערשטע יארן רעדאַקטירן

האַרגריווס האָט געלערנט ביי דעם סאָרבי ברידזש גראַמאַטיק שול (היינט טריניטי אַקאַדעמיע סאָרבי ברידזש). דערנאָך האָט ער געאַרבעט אַ יאָר ביי דעם געוועש און טרוקנע רוימונג געשעפֿט פֿון זיין פֿאָטער איידער באַנעמען זיך אין רעקלאַמירונג. ער האָט אָריגינעל געוואָלט זיין אַ קאַרטוניסט, און אין זיין צייט אַלס דער קרעאַטיוו דירעקטאָר פֿון אַ לאָנדאָנער פֿירמע אין 1971 האָט ער געשריבן "מ"ר קיצל", דאָס ערשטע בוך אין דער "מ"ר מענער" סעריע. ער האָט ערשטנס געשטרענגט זיך געפֿינען אַ פֿאַרלאַג, נאָר די ביכער זענען געוואָרן אַ באַלדיקע הצלחה מיט מער ווי אַ מיליאָן קאָפּיעס פֿאַרקויפֿט איבער דריי יאָר. אין 1974 האָט דער BBC פּראָדוצירט אַן אַנימירטע טעלעוויזיע סעריע באַזירט אויף די ביכער, וואָס איז דערציילט געוואָרן פֿון אַרטור לאָוע.

אין 1976 האָט האַרגריווס געלאָזט זיין הויפּט אַרבעט. אין 1981 האָט דער "קליינע פּאַניעס" סעריע אָנגעהויבן, און אין 1983 איז זי אויך אַדאַפּטירט געוואָרן אַלס אַ טעלעוויזיע סעריע דערציילט פֿון פּאָלין קאָלינס, מיט איר מאַן דזשאָן אָלדערטאָן. האַרגריווס האָט געשריבן אַ סאַך אַנדערע קינדער ביכער, נאָר איז בעסטנס באַקאַנט פֿאַר "מ"ר מענער" (46 ביכער) און "קליינע פּאַניעס" (33 ביכער).

טויט רעדאַקטירן

צווישן 1975 און 1982 האָט האַרגריווס געוואוינט מיט זיין משפּחה אין גערנזי. דערנאָך האָבן זיי באַזעצן זיך ביים סאַסעקס הויז פֿאַרם לעבן קאַודען, קענט. האַרגריווס איז געשטאָרבן דעם 11טן סעפּטעמבער 1988 ביים עלטער פֿון 53 אינעם קענט און סאַסעקס שפּיטאַל צוליב אַ שלאַק. ער איז נקבר געוואָרן אין קאַודען, מזרח סאַסעקס. לויט די איינגעבוירן איז עס נישטאָ געווען קיין רוים אינעם בית קברות ביי דעם קאַודען קירכע, נאָר ער האָט שוין געקויפֿט דעם נאָענטן פֿעלד צו ווערן נקבר דאָ צוזאַמען מיט די משפּחה. נאָך זיין טויט האָט זיין זון אַדם ממשיך זיין שרייבן און צייכנען "מ"ר מענער" און "קליינע פּאַניעס" מיט נייע געשיכטעס (נאָר מיטן נאָמען פֿון זיין פֿאָטער אויף די העמדילעך). אין אַפּריל 2004 האָט זיין אלמנה קריסטין פֿאַרקרויפֿט די רעכטן צו די "מ"ר מענער" כאַראַקטערן צו די בריטישע פֿאַרוויילונג גרופּע קאָריאָן פֿאַר £28 מיליאָן. אין דעצעמבער 2011 האָט קאָריאָן פֿאַרקרויפֿט די "מ"ר מענער" מאַרקע און פֿאַרבונדענע פּראָדוקטן צום יאַפּאַנישע פֿירמע סאַנריאָ.

משפחה רעדאַקטירן

האַרגריווס און זיין ווייב האָבן געהאַט פֿיר קינדער: אַדם, גיילס און די צווילינג סאָפֿי און אַמיליע. דעם ערשטן "מ"ר מענער" כאַראַקטער איז געשאַפֿן געוואָרן ווען דעם 6 יאָריקן אַדם האָט געפֿרעגט זיין פֿאָטער ווי אַזוי אַ קיצל וואָלט קוקן. האַרגריווס האָט געצייכנט אַ פֿיגור מיט אַ רונדן אָראַנזשן קערפּער און לאַנגע שלאַנגישע אָרעמס, וואָס איז געוואָרן מ"ר קיצל. דאָס בוך "קליינע פּאַניע צווילינג" איז געשריבן געוואָרן פֿאַר די צווילינג טעכטער פֿון האַרגריווס.

סעריעס געשריבן רעדאַקטירן

  • "מ"ר מענער"
  • "קליינע פּאַניעס"
  • "וואָלטער וואָרעם"
  • "דזשאָן מויז"
  • "אַלבערט העלפֿאַנד, פֿירשט וואָרעם און זיידע זייגער"
  • "איך בין..."
  • "טימבאַקטו"
  • "היפּאָ פּאָטאָ און מויז"
  • "איזי פּיזי מענטשן" (געשריבן אויך פֿון גריי דזשאָליף)
  • "רונדי און קוואַדרי"
  • "געוויקסנפֿרוכטן"

וועבלינקען רעדאַקטירן