צבי הירש האלבערשטאם

(אַריבערגעפֿירט פון צבי הירש האלברשטאם)

רבי צבי הירש האלבערשטאם זצ"ל (ה'תר"י - ט"ו מנחם אב ה'תרע"ח), רב אין רודניק.

אפשטאם רעדאַקטירן

רבי הערשעלע איז געבוירן אין רודניק אין יאר ה'תר"י, צו זיין פאטער הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת פעסיל א טאכטער פון סיגעטער רב, הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב.

רבנות רעדאַקטירן

רבי הערשעלע האט אין א געלעגנהייט זיך אויס געדריקט, פון ווען איך בין געקומען צו מיין פארשטאנד האב איך אויפגעפאסט נישט צו שלאפן ווען טאג און נאכט קומען צוזאמען, סיי אינדערפרי און סיי באנאכט.

נאך זיין חתונה איז רבי הערשעלע אין יאר ה'תרכ"ח אריבער וואוינען קיין צאנז נעבען זיין זיידען דער צאנזער רב, דארט איז ער געווען פון די חבורה אייניקלעך וואס דער זיידע האט מיט זיי געלערנט טעגליכע שיעורים. אין יענע צייט איז ער געזעצען אין געהארעוועט אין תורה און אויסגעשטיגן אין לערנען, אין יאר ה'תרל"ה האט אים דער צאנזער רב געשיקט קיין סיגעט נעמען שימוש ביים צווייטן זיידען דער ייטב לב. נאך א קורצער צייט האט אים דער סיגעטער רב געגעבן היתר הוראה, ווען ער איז צוריק געקומען קיין צאנז האט אים דער צאנזער זיידע פארהערט אין אים אויך מסמך געווען, זאגענדיג ער איז אן אוסערגעווענליכער בעל הוראה.

אין יאר ה'תרל"ז איז רבי הערשעלע געווארן רב אין ניסקא, דארט איז ער געווען אומגעפער צען יאר ביז אין יאר ה'תרמ"ז, ווען זיין פאטער דער גארליצער רב איז געווארן רב אין גארליץ, האט מען אויפגענומן רבי הערשעלען אלס רב אין רודניק אויף זיין פאטער'ס ארט.

רבי הערשעלע איז געווען אויסגעקאכט אין תורת הקבלה ווי זיין זון רבי זלמן לייב (שפעטער באקאנט אלס דער קלויזנבורגער רב) דערצייילט, מאנכע מאל האט ער אים געזאגט טיפע זאכען, ער האט זיך געווינדערט, אז ס'איז נאך פארהאן אין דעם דור א מענטש וואס זאל קענען דאס דערגרייכן.

ביי די ערשטע וועלט קריג איז רבי הערשעלע אנטלאפן מיט זיין פאמיליע קיין אונגארן, די צווייטע נאכט חנוכה ה'תרע"ה זענען זיי אנגעקומן קיין קליינווארדיין, דארט האט ער געזוכט ווי צו זיין, זיין'ס א באקאנטער הרב מענדל מאיר יעקאבאוויץ האט אים אוועק געגעבען זיין וואוינונג.

הסתלקות רעדאַקטירן

רבי הערשעלע איז נפטר געווארן אין קליינווארדיין, ט"ו מנחם אב ה'תרע"ח, זיין זון רבי זלמן ליב האט מיט גרויס אנשטרענגונג ערלעדיגט אז מען זאל אים ברענגען קיין גארליץ צו קברי אבות, אזויווי רבי הערשעלע האט געוואלט .

פאמיליע רעדאַקטירן

רבי הערשעלע האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון הרב ישראל האראוויץ, רב אין בארניוו, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ, דער דזשיקאווער רב, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. זייערע קינדער:

בזיווג שני האט רבי הערשעלע געהייראט מרת חיה מינדל א טאכטער פון הרב מאיר משולם שפירא פון לאנצהוט, א זון פון הרב שמואל שפירא פון לאנצהוט, א זון פון הרב צבי אלימלך שפירא, דער בני יששכר. זייערע קינדער:

רעפערענצן רעדאַקטירן

  • לפיד אש
  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • דברי ברוך - ברוך שאמר, הרב ליפא זילברמאן, ה'תשנ"ט
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר