ווען א ליכט הייבט זיך אן צו פארלעשן ווערט עס אנגערופען אז דער ליכטל צאנקעט.

עס איז אנגענומען א סגולה פון גדולים אז אויב א שבת ליכטל הייבט אן צו צאנקען זאל מען אונטערלייגען אונטערן לייכטער א חלה, און עס ווערט אויפהערן צאנקען, בדוק ומנוסה (פארשטייט זיך אויב עס האט נאך וואס צו ברענען, נאר עס צאנקעט צוליב אנדערע סיבות, אבער קיין נס חנוכה וועט ווארשיינליך נישט פאסירען).

אנדערע גדולים שרייבן אבער אז מען טאר עס נישט טוהן צוליב דרכי אמורי.