פרשת ויקרא איז די ערשטע פרשה אין ספר ויקרא. אין אן עיבור יאר געפאלט פרשת זכור אין דעם שבת ווען מען ליינט ויקרא אין שול.


די וואך וואס מ'ליינט די פרשה געפאלט פאר פסח (אין אן עיבור יאר, פאר פורים).

אין דער דאזיגער פרשה הייבט די תורה אן צו ערקלערן די פונקטליכע געזעצן פון די קרבנות וואס מען האט מקריב געווען אינעם משכן. די קרבנות עולה, מנחה, שלמים, חטאת און אשם ווערן אויסגערעכנט דא.

עס איז איינגעפירט אז קליינע קינדער ווען זיי הייבן אן צו לערנען חומש הייבן זיי אן מיט דער פרשה.