פרינץ פיליפ, הערצאג פון עדינבורג

פרינץ פֿיליפ, הערצאג פון עדינבורג (געבוירן פרינץ פֿיליפ פון גריכנלאנד און דענמארק;[1] 10טן יוני 1921– 9טן אפריל 2021), איז געווען א מיטגליד פון דער בריטישער קעניגלעכער משפּחה ווי דער מאן פון עליזאבעט די צווייטע.

פרינץ פיליפ, הערצאג פון עדינבורג
Philip Mountbatten
געבורט 10 יוני 1921
קעניגרייך פון גריכנלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 9 אפריל 2021 (אלט 99)
ווינדזאר שלאס, פאראייניגטע קעניגרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניגטע קעניגרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
דינאסטיע
מוטער אליס פאן באטנבערג רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
חתימה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

פיליפ איז געבוירן געווארן אין די גריכישע און דענישע קעניגלעכע משפחות . ער איז געבוירן אין גריכנלאנד, אָבער זיין משפּחה איז פארטריבן געווארן פון לאנד ווען ער איז געווען אַכצן חדשים אַלט. נאָך זיין בילדונג אין פֿראַנקרייך, דייַטשלאַנד און דעם פֿאַראייניקטן קעניגרייך, איז ער אריין אין קעניגלעכן ים־פֿלאט אין 1939, אַלט 18 יאר. פון יולי 1939, האט ער אנגעהויבן קארעספאנדירן מיט דער דרייַצן־יעריגער פּרינצעסין עליזאַבעט, וועמען ער האט ערשט באגעגנט אין 1934. במשך דער צווייטער וועלט־מלחמה האט ער געדינט אויסגעצייכענט אין די מיטללענדישע און פּאַצפֿישע ים־פֿלאטן.

נאָך דער מלחמה, האָט דזשארזש דער זעקסטער דערלויבט פיליפ חתונה צו האבן מיט עליזאבעט׳ן. בעפֿאַר דער אפיציעלער מעלדונג פון זייער דערלאבונג אין יולי 1947, האט ער אפגעזאגט זיינע גריכישע און דענישע טיטלען און סטילן, איז געווארן אַ נאַטוראַליזרטער בריטישער בירגער, און האט אנגענומען די פאַמיליע־נאמען מאנטבאטן פון זיין מוטערלעכע זיידע-באָבע. ער האט געהייראט עליזאַבעט אום 20סטן נאוועמבער 1947. גלייך פאר דער חתונה, האָט אים דער קעניג געשאנקען מיטן סטיל His Royal Highness (היז רויעל היינעס, ״זיין קעניגלעכע הויכקייט״) און האט אים געמאכט הערצאג פון עדינבורג, ערל פון מעריאָנעט, און באַראָן גריניטש.

פיליפ האט פארלאזט אַקטיוו מיליטער דינסט ווען עליזאַבעט איז געווארן די מלכּה אין 1952, ווען ער האט שוין דערגרייכט די ראַנג פון קאַמאַנדער, און איז געווארן אַ בריטישער פרינץ אין 1957. פיליפ האט געהאט פיר קינדער מיט עליזאַבעט: טשאַרלס, פּרינס פון וויילס ; אַן, פּרינסצעסין רויאַל ; פּרינץ ענדרו, הערצאג פון יארק ; און פּרינץ עדוואַרד, ערל פון וועסעקס . דורך אַ בריטיש אָרדער אין קאָנסיל געזעץ וואָס איז ארויס אין 1960, קינדסקינדער פון די פּאָר וואָס טראָגן נישט קיין קעניגלעכע סטילן און טיטלען קענען ניצן דען פאַמיליע־נאמען מאַנטבאַטן-ווינדזאָר, וואָס ווערט אויך געניצט דורך עטלעכע מיטגלידער פון דער קעניג־פֿאמיליע וואָס האָבן יא טיטלען, ווי אַן, ענדרו און עדוואַרד.

רעפערענצן רעדאַקטירן