פֿרידאַ קאִהלא דע ריוועראַ (שפּאַניש: Frida Kahlo de Rivera; ‏6טן יולי, 1907 – 13טן יולי, 1954; געבוירן מאַגדאַלענאַ קאַרמען פֿרידאַ קאִהלא אי קאַלדעראן)[1] איז געווען א מעקסיקאנער מאלערין, מערסט באוואוסט פאר אירע אייגן־פארטרעטן.[2]

וויכטיק אין איר קונסט זענען מעקסיקאנער קולטור און אמערינדישע קולטור.

לעבנסגעשיכטערעדאַקטירן

קאהלא איז געבוירן געווארן אינעם "בלויען הויז" אין קאיאאקאן, מעקסיקא. ביי די זעקס יאר האט זי געליטן פון פאליא. זי האט שטודירט מעדיצין מיט דער ציל צו ווערן א דאקטער. ביי די אכצן יאר איז זי שטארק פארוואונדעט געווארן אין א פארקער אקצידענט. נאך דעם האט זי אנגעהויבן מאלן.

זי האט געהייראט דעם מאלער דיעגא ריווערא.

זי איז געווען א קאמוניסט.

רעפערענצןרעדאַקטירן

  1. Herrera, Hayden (1983). A Biography of Frida Kahlo. New York: HarperCollins. ISBN 978-0-06-008589-6. 
  2. Frida Kahlo by Adam G. Klein