פּליירייל (ענגליש: Plarail, יאפאניש: プラレール) איז א מאַרקע פון שפילכל באנען פון פלאסטיק וואס ווערט פאבריצירט דורך די יאפאנישע פירמע טאָקאַראַ טאָמי און איז ערשטנס פארדוצירט געווען אין 1959. די מאַרקע איז באקאנט געווען אין א סאך אנדערע לענדער אלס טאָמיקאַ וועלט.

די ערשטע פּליירייל באן מיט אן עלעקטרישער מאטאר (אקטאבער 1961)

פאקונגעןרעדאַקטירן

די באנען האבן א לאקאמאטיוו, א באן און א לעצטער טייל, און פארן אויף ליניעס געמאכט פון (געוויינטלעך) בלויער פלאסטיק.

מען קען נישט נוצן פּליירייל מאדעלן צוזאמען מיט אנדערע מאדעל באנען. זיי זענען אבער דער זעלבער ברייט ווי האָלצענע שפילכל באנען, און דערום קענען פארן אויף זייערע ליניעס.

היסטאריערעדאַקטירן

זינט אקטאבער 1961, אלע באנען שליסן איין אן עלעקטרישער מאטאר וואס פארט אויף א באטעריע.

אין מערץ 1992 איז א ליניע באזירט אויף דער טעלעוויזיע סעריע "טאמעס דער טאנק לאקאמאטיוו און פריינט" פראדוצירט געווארן צום ערשטן מאל.