עקבער

ווערקצייג באנוצט צום בויערן
(אַריבערגעפֿירט פון עגבער)

אַן עקבער איז אַ ווערקצייַג וואָס ווערט מערסטנס באַנוצט אין שאַפֿן רונדע לעכער אדער ציען בינדונג מיטלען. ער ווערט אויסגעשטייַערט מיט אַ בויער אָדער ציער לויט דעם אַרבעט, וואָס ווערט געהאַלטן מיט אַ קלעמערל. טייל עלעקטרישע עקבערס האָבן אויך אַ האַמער פֿונקציע.

אַן עלעקטרישער עקבער אָן אַ קאַבל

עקבערס קומען אין אַ סך פֿאַרשידענע גיכן, שטאַרקייטן און גרייסן און זענען געוויינטלעך עלעקטרישע געצייַג מיט אַ קאַבל. האַנט-אָפּערירטע עקבערס ווערן מער און מער זעלטן, און די באַטעריע-אָפּערירטע סאָרטן אָן אַ קאַבל ווערן פֿאַבריצירט אין גרעסערע קוואַנטומען.

עקבערס ווערן אָפֿט באַנוצט אין האָלץ אַרבעטונג, מעטאַל אַרבעטונג און קאָנסטרוקציע פּראָיעקטן און די פֿאַבריקאַציע פֿון ווערקצייַג מאַשינען (ענ'). ספּעציעלע געמאַכטע עקבערס ווערן פֿאַבריצירט פֿאַר מעדיצין, קאָסמאָס און מיניאַטורן באַניצן.

וועבלינקען רעדאַקטירן

 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: עקבערס